מרדכי דוד אונגער
פֿון װיקיפּעדיע
רבי מרדכי דוד אונגער (געב' ה'תשי"ד) איז נתמנה געווארן באבאווער רבי דורך טייל באבאווער חסידים אלס רבי גלייך נאך דער פטירה פון זיין שווער, דער באבאווער רבי ר' נפתלי צבי האלבערשטאם זי"ע, וואס האט קיין זון נישט איבערגעלאזט נאר צוויי איידעמעס. דער עלטערער איידעם, רבי יהושע רובין שליט"א, איז געווארן אויפגענומען אלס דער רב. די חלוקה צווישן די איידעמעס איז באשלאסן געווארן פאר דער לוויה צווישן זיך זעלבסט, און א טאג שפעטער פורים ביינאכט מיט די ראשי הקהילה.
אזוי אויך האבן א טייל באבאווער חסידים האבן אויפגענומען זיין פעטער רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם שליט"א א האלבער ברודער פונעם פריערדיגן רב ר' נפתלי צבי הלברשטאם זי"ע אלס רבי.
רבי מרדכי דוד איז א זון פון רבי יעקב יצחק פון דאמבראוו, א זון פון רבי בן ציון אונגער פון צאנז.
וועבלינקען[באַאַרבעטן]
- ווידעא קליפ פון שמועס מיט ר' יושע רובין מיט ר' שמואל דוד האלבערשטאם קלויזנבורגער רבי אין בארא פארק. [1]
- הייד פארק פארום פון זיינע חסידים
| פֿריערדיגער: רבי נפתלי צבי האלבערשטאם |
אדמור"י באבאוו תשס"ה - |
נאָכפֿאלגער: היינטיגער |