מרדכי דוד אונגאר (צאנז)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי מרדכי דוד אונגאר זצ"ל (ה'תרי"חה'תרע"ו), פון צאנז.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מרדכי דוד איז געבוירן און יאר ה'תרי"ח, צו זיין פאטער הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מרדכי דוד האט געוואוינט אין צאנז און געגעסען קעסט ביי זיין עלטער-שווער דער צאנזער רב. נאך דעם צאנזער רב'ס פטירה האט ער געעפנט זיין אייגען בית המדרש אין צאנז.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מרדכי דוד איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרע"ו.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מרדכי דוד האט געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב משה אונגאר, א זון פון זיין זיידען הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא, און אן איידעם פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. זייערע קינדער:

  • מרת ריקל רייזל, די ווייב פון הרב מאיר ראזנבוים פון ריישא
  • הרב יעקב יצחק אונגאר, דאמבראווער רב אין ניו יארק. איידעם פון ר' יהושע אשר רויטבלאט רבי אין שעדליץ און זון פון ר' גרשון דער ערשטער רבי אין שעדליץ.
  • די ווייב פון הרב בן ציון אייכנשטיין.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר