מרדכי בנעט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי מרדכי באנעט, אבד"ק ניקאלשבורג

רבי מרדכי בן ר' אברהם באנעט (מהר"ם בנעט) (ה'תקי"ג - י"ג אב ה'תקפ"ט) רב אין ניקאלשבורג און געווען הויפט רב אין מדינת מעהרן אונטער דעם קעניגרייך פון פראנץ יאזעף דער צווייטער, וואס זיין מלכות איז געווען אין וויען, און האט געוועלטיגט אויף עטלעכע מדינות, היינט איז ניקאלשבורג אין טשעכיי.

זיין יוגנט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מהר"ם באנעט איז געבוירן אין דארף שורגע, אונגארן. זיין טאטע האט געהייסן ר' אברהם ביה"א (ר"ת בן יהודה אשכנזי) און איז געווען א בן-אחר-בן אייניקל פון ה"חכם צבי" ר' צבי הירש אשכנזי. זיין מאמע מרת פראדל איז געווען א טאכטער פון די רבני באנעט פון ניקאלשבורג, וואס לאנגע דורות איז פון דער משפחה געווען רבנים אין ניקאלשבורג.

אויך איז זי געווען אן אייניקל פון רבי נפתלי כ"ץ פון פוזנא בעל "סמיכת חכמים". דער מהר"ם באנעט האט געשטאמט פון כל גדולי ישראל, הראשונים, תוס' יו"ט, מהר"ל מפראג, רבי ר' העשיל פון קראקא, רבינו מרדכי בעל הלבושים, מהר"ם פאדווא, רבינו שלום שכנא מלובלין, מהרש"ל, ר' אליעזר בעל מעשי השם, תבואות שור הראשון, ר' יונה בעל או"ה הארוך, שו"ת מהר"י ווייל, ר' זרחי' הלוי בעל המאור, רא"ש, ראב"ן, בעל הערוך, ריב"ן חתן רש"י, און נאך. (אזוי ווי עס איז געדרוקט באריכות אין זיינע ספרים)

פון די פינף יאר איז ער אויפגעצויגן געווארן ביי דער באבען באנעט אין ניקאלשבורג; האט ער פון דארט באקומען דעם נאמען באנעט אנשטאט אשכנזי.

אלס קינד איז ער שוין פאררעכנט געווען פאר א עילוי, און א עושר ר' גבריאל מארקברייטער האט אים אויסגעהאלטן מיט אלע הוצאות אלס קינד. ביי דער עלטער פון עלף האט מען אים געשיקט לערנען אין דער ישיבה פון רבי יעקב קאצנעלנבויגן אין איטינגען, בייערן. צו 15 יאר איז ער געגאנגען אין פירט ללמוד אצל רבי יוסף שטיינהרט. צו 18 יאר עבר לפראג, שם למד, בין השאר, אצל ה"נודע ביהודה" רבי יחזקאל לאנדא.

ער איז געווען אן איידעם ביי הנגיד ר' גימפל פרוסטיץ פון ניקאלשבורג, ועבר ללמוד שם ביי רבי שמואל שמעלקא הורוויץ, מראשי החסידות ורב המקום, אליו התקרב מאוד.

לויטן מסורת ביי חסידים, פון א יונגן עלטער נהג בפרישות, בתעניות ובסגפנות, ביז דער רבי אלימלך פון ליזענסק נזף בו על שהוא מסתגף ומאז הוא רק צמצם במאכלו.

זיין רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין שנת תקל"ח איז ער אויפגענומען געווארען אלס דיין אין ניקאלשבורג בימי רבנות הגה"ק רבי שמעלקא פון ניקלשבורג. יענע יאר איז נסתלק געווארן דער רבי ר' שמעלקא, און הגה"ק ר' גרשון חיות זצוק"ל איז געווארן רב אין ניקאלשבורג. שפעטער איז ר' מרדכי אויפגענומען געווארען אלס רב אין לונדענבארג (מעהרין), דארט איז ער געווען רב אנדערהאלבן יאר, נאך איז ער געווען רב איין יאר אין שוסבורג אין מדינת אונגארן. אין שנת תקמ"ט, איז נפטר געווארן הגאון ר' גרשון חיות, צום הספד זענען צוזאמען געקומען אלע רבנים, גלייך נאך זיין הספד, האט גאנץ קהל אויס געשריגן "מזל טוב" מ'האט אים אויפגענומען פאר רב אין ניקאלשבורג און גאנץ מדינת מעהרין.

ער האט געפירט דארט א ישיבה וואס שטענדיג פלעגט דארט זיין מער ווי פיר הונדערט תלמידים. ער האט געפירט דאס רבנות אין ניקאלשבורג א משך פון 40 יאר, ביז זיין פטירה.

אין די הספדים שטייט, אז מהר"ם באנעט האט געקענט און איז געווען בקי בעל פה, אין ש"ס בבלי וירושלמי, און ארבע חלקי שולחן ערוך, זוהר הקדוש און ספרי קבלה, און נאך אסאך ספרים, וואס ער האט געקענט איבער זאגן בעל פה, אויסנווייניג.

אין תולדות ר' יהודה אסאד וואס איז געווען א תלמיד פון זיין ישיבה, ווערט דערציילט, אז ער האט באקומען רשות פון זיין רבי מהר"ם באנעט, צו לערנען קבלה.

מהר"ם באנעט, האט לוחם געווען אנקעגען לערנען מיט תלמידי הישיבות חכמות חיצוניות.

מהר"ם באנעט, איז געווען אנערקענט פון דעם קייסער אלץ הויפט רב, האט ער דאס אויסגעניצט צו ראטעווען אידן, אסאך שלעכטע גזירות האט ער אפגעשלאגן, און באפרייט פארשפארטע אידן, אויך האט ער געראטעוועט די חסידים אין גאליציע פון די מסירות פון מתנגדים (לויט דער פערזענליכער בקשה צו אים פון הגה"ק ר' נפתלי מראפשיץ) וואס זענען אויך געווען אונטער דעם מלכות פון פראנץ יאזעף דער צווייטער.

כדי זיך צו קענען שטעלן פאר דעם קייסער און פאר די שרים האט אויסגעפעלט ער זאל קענען פארשידענע חכמות, און די ריכטיגע שפראך וויאזוי צו רעדן צו זיי, מיט זיין גאונישן קאפ, האט אין א קורצער צייט דורעכגעקוקט די נויטיגע פאפירן, און ער האט שוין ריכטיג געוואוסט אלץ וואס ער האט געדארפט פאר זיין השתדלות.

מהר"ם באנעט האט לוחם געווען בתקיפות אנטקעגן אהרן חורינער און די נעאלאגן, אויך האט ער געשטערט דאס בויען א רעפארמער שול אין האמבורג. דאך שטייט אז ער איז געווען א רודף שלום, און זיך מונע געווען פון מחלוקת, אויך האט ער נישט צוגעלאזט מ'זאל איינפירן צו לערנען לימודי חול מיט קינדער אין חדר.

זיין שטארבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אום י' אדר איז ער אריבער געפירט געווארן קיין ניקאלשבורג. אויך שטייט (בשו"ת חת"ס הנ"ל) אז דער מהר"ם באנעט האט געזאגט קודם פטירתו, אז אויב מ'וועט דארפן א ישועה, זאל מען קומען משטתח זיין אויף זיין קבר.

אין דרשות חת"ס ח"ב דף שפ"ג, וז"ל, הגאון נר ישראל מו"ה מרדכי באנעט זצ"ל ... כי הי' אב לישראל ובן יחיד לשכינתא קדישא.

עס ווערט דערציילט, אז מהר"ם באנעט האט גזעגאט אין חלום פאר זיין זוהן, אז די סיבה איז געווען, ווייל אלס בחור, איז ער געווען א חתן צו דער טאכטער פון רב אין ליטענשטאט, און שידוך איז אפגעלאפען ווייל די כלה איז נישט געווען א געזונטע, די כלה האט נישט מוחל געווען בלב שלם, פאר דעם האט געמוזט ליגן לעבן איר פאר האלבע יאהר.

פאר ער איז נסתלק געווארן, האט מען אים געפרעגט: ווער זאל זיין ממלא מקום, האט דער מהר"ם באנעט געענטפערט: דער שמש, די פרעגער האבען געמיינט אז תקיף ליה עלמא, ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען וואס ער האט געמיינט צו זאגן. אבער נאך דעם האלבן יאר וואס ער איז געליגן אין ליטענשטאט, און נאכן פסק האט מען געעפנט דעם קבר, און ארויס גענומען דעם נפטר, פלוצלונג איז דער געטרייער שמש צוזאמען געפאלן און גלייך נפטר געווארן, איז מען מסופק געווען אויב מ'מעג אים לייגן בתוך קברו הקדוש פון הייליגן רב, האט מען זיך דערמאנט אז דער רב האט געזאגט: אז דער שמש וועט זיין ממלא מקום, ממילא האט מען פארשטאנען זיין כוונה, און מ'האט טאקע דארט געלייגט דעם שמש.

הגאון ר' מאיר גלוגא פון בי"ד אין פראג, בעהמח"ס דברי מאיר און שמן למאור, האט מספיד געווען מהר"ם באנעט, אינמיטן הספד איז ער צוזאמען געפאלן און נפטר געווארן.

מתלמידיו[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ספרו הר המור

שאלות ותשובות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • גדולת מרדכי
  • הר המור
  • פרשת מרדכי

באשרייבונגען פון מהר"ם באנעט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • בנו ר' יעקב אבריל באנעט, האט געשריבן א קונטרס תולדות מוהר"ר מרדכי בנעט, (דפוס ראשון: אפען, תקצ"ב 1832), טארנא, תרפ"ט, היינט איז אריין געדרוקט סוף ספר מגן אבות , ביאור מרדכי.
  • אנפאנג ספר מחשבת מרדכי על התורה
  • הקדמה און סוף ספר מגן אבות על ל"ט מלאכות שבת
  • הקדמה און סוף ספר תכלת מרדכי
  • הקדמה און סוף ספר דברי מרדכי על טור שולחן ערוך יור"ד