מצווה טאנץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די מצוה פון טאנצן פאר א כלה און דעם טאג פון איר פארהיירונג, כדי זי צו דערפרייען.

חז"ל אז עס איז א גרויסע מצוה, ווי עס שטייט, כיצד מרקדין לפני הכלה, כלה נאה וחסודה.

ביי חסידים, איז דער מנהג, נאך דער פארהיירונגס צערעמאניע, טוט א ספעציעלער מענטש (געווענדליך געדינגען פאר געלט), וואס האט דעם טאלאנט פון זאגן וויצן און אויך זינגען מיט גראמען, טוט אויסרופן די נאנטע פאמיליע און איז מכבד צו טאנצן.

מען טאנצט פאר דער כלה ווען מען האלט איין עק פון א גארטל, און די כלה האלט די צווייטן עק. נאך דעם טאנצט מען מיטן חתן. דער פאטער פון דער כלה טאנצט מיט זיין טאכטער ביי די הענט, און אויך דער חתן אליין.