מעגל טוב

פֿון װיקיפּעדיע

דאס ספר מעגל טוב איז איינע פון די היסטארישע ספרים פון כלל ישראל.

דאס האט געשריבן דער גרויסער געלערענטער חכם חיד"א. וואו ער פארצייכנט זיינע רייזעס און וויאזוי ער איז ארום געפאהרן אין אנדערע עקן וועלט, פון ארץ ישראל קיין חברון, קיין מצרים, קיין תוניס, איטאליע, פראנקרייך, דייטשלאנד, האלאנד, ענגלאנד.

ער דערמאנט פילע גדולי ישראל וואס ער האט געטראפן ווי ר' שאול אמסטערדאמער, און דער פני יהושע, און נאך, און אויך פארשידענע הערשער און פירער, ווי דער קעניג פון פראנקרייך און נאך.

מען זעהט דערין א בילד וויאזוי די אידישע קהלות אין די צייטן האבן זיך געפירט. אויך ווערט מען געוואר אסאך כתבי ידות און ספרים וואס דער חיד"א האט דעמאלטס עוסק געווען אין זיי. אויך איז עס גאר א שטארקער מקור פאר אלע פערזענליכע זייכן וואס זענען אריבער אויפן חיד"א, וויבאלד דער חיד"א האט דאס פארצייכנט פאר זיך זעלבסט. אויך קען מען וויסען דערפון די פאליטישע לאגע און ווי מען האט געהאנדלט אין זיינער צייט, געשפעטן און סוחרים, אינוויסיטעטען, געזעצען פון פעלקער און סתם שמועסן מיט געלערנטע און גלחים.

אויך פארצייכט דער חיד"א און וועלכע זאא (גני החיות) ער איז געווען, און אויב האט ער געמערקט א אינטערעסאנטע חיה וואס איז אים נישט געווען באקאנט, שרייבט ער אראפ, אויך פארשידענע שפארצן ביימער און פירות וואס ער האט נישט געוואוסט שרייבט ער.

ֿ דאס ספר האט צוויי חלקים. דער ערשטער חלק באשרייבט זיין ערשטע נסיעה קיין חוץ לארץ אין יאר ה'תקי"ג - ה'תקי"ח, און איז געשריבן זייער קורץ. דער צווייטער חלק איז מער ברייטער און מיט מער פרטים, געשריבן אין די יארן ה'תקל"ג - ה'תקל"ט.

וועבלינק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ספרי החיד"א

אדרת אליהו · אהבת דוד · בית מנוחה · ברית עולם · בתי הנפש · ברכי יוסף · גאולת עולם · דברים אחדים · דבש לפי · ועד לחכמים · זכרון משה · זרוע ימין · חדשים לבקרים · חומת אנ"ך · חורש מצ"ל · חיים שאל · חנוכת הבית לדוד · חסדי אבות · טוב עין · יוסף אומץ · יוסף בסדר · יוסף לחק · יוסף תהלות · יעיר אזן · ככר לאדן · כסא דוד · כסא רחמים · כף אחת · כרם חמר · לב דוד · לדוד אמת · מדבר קדמות · מורה באצבע · מחזיק ברכה · מעגל טוב · מראית העין · משמרת הטהרה · נחל אשכול · נחל קדומים · סנסן ליאיר · עבודת הקדש · פה אחד · פני דוד · פס ידא · פתח עינים · צוארי שלל · צפורן שמיר · קשר גודל · ראש דוד · שומר ישראל · שיורי ברכה · שירה חדשה · שם הגדולים · שמחת הרגל · שער יוסף · שפה אחת · תקון הנשמות