מנשה מלך יהודה

פֿון װיקיפּעדיע
מנשה מלך יהודה
מְנַשֶּׁה
געבורט 709 לפנה״ס
ירושלים, מלכות יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 642 לפנה״ס (אלט 67 בערך)
ירושלים, מלכות יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה מלכות יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מנשה איז געווען דער 14סטער קעניג אויף מלכות יהודה. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געוועזן 12 יאר אלט און געהערשט 55 יאר. זיין מאמע האט געהייסן "חפציבה".

לויט ווי עס שטייט אין ספר מלכים (פרק ב') און אין ספר ירמיהו (פרק ט"ו) איז ער געווען דער שטערקסטער זינדיקער אין באציונג צו די אנדערע מלכים פון מלכות יהודה, און וועגן אים האט גאט 60 יאר שפעטער גולה געווען כלל ישראל און צעשטערט דעם בית המקדש. אבער לויט ווי עס שטייט אין ספר דברי הימים האט מנשה תשובה געטאן ווען ער איז געווען אין תפיסה אין בבל נאך וואס ער האט רעוואלטירט קעגן אשור, און גאט האט אים באוויליגט און אים צוריקגעקערט קיין ירושלים, דאן האט מנשה צעשטערט אלע געטשעס. ”וידע מנשה כי ה' הוא האלוהים” (דברי הימים ב' פרק ל"ג).

זיינע זינד:

  • ער האט איינגעפירט צו דינען עבודה זרה - געצין-דינעריי און שטערן-דינעריי. אויך האט ער זיי אריינגעבריינגט אין בית המקדש.
  • ער האט געבויעט צעשפרייטע מזבחות אנערש ווי זיין טאטן יחזקיהו וואס האט איינגעפירט צו דינען גאט נאר אין בית המקדש.
  • ער האט מקריב געווען זיין זון אין פייער פאר עבודה זרה וואס איז פארבאטן לויט די תורה ”וְהֶעֱבִיר אֶת-בְּנוֹ, בָּאֵשׁ”
  • ער האט געמאכט כישוף ”וְעוֹנֵן וְנִחֵשׁ, וְעָשָׂה אוֹב וְיִדְּעֹנִים” (מלכים כא.)
  • ער האט געהרגעט אומשולדיקע מענטשן.
  • לויט ווי עס שטייט אין גמרא האט מנשה געהרגעט דעם נביא ישעיהו. וואס איז געווען זיין זיידע.
די יארן פון די מלכות יהודה ארויפגאנג
רחבעם אבים אסא יהושפט יהורם אחזיהו עתליה יהואש אמציה עוזיהו
928- 911- 908- 867- 846- 843- 842- 836- 798- 769-
יותם אחז חזקיהו מנשה אמון יאשיהו יהואחז יהויקים יהויכין צדקיהו
758- 733- 727- 698- 641- 639- 609- 608- 597- 596-
די יארן הייבן זיך אן פון פאר דער נוצרישער ציילונג