מנחם מענדל מארגנשטערן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי מנחם מענדל מארגנשטערן זצ"ל (ה'תקמ"ז - כ"ב שבט ה'תרי"ט) פון קאצק, באקאנט אלס "דער קאצקער רבי".

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי מנחם מענדל איז געבוירן אין גוריי אין יאר ה'תקמ"ז צו זיין פאטער הרב יהודה לייביש און זיין מוטער עטא (אדער עלקא אדער אסתר), א טאכטער פון ר' ישכר בער הלוי סג"ל פון גוריי.‏[1]

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין עלטער פון פופצען יאר איז רבי מנחם מענדל געגאנגען לערנען ביים חוזה פון לובלין, נאכהער איז ער געגאנגען לערנען ביים ייד הקדוש אין פרשיסחא, נאך זיין רבין'ס פטירה איז רבי מנחם מענדל געבליבן ביי זיין נאכפאלגער הרב שמחה בונם פון פרשיסחא.

אין יאר ה'תקפ"ז נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונם פון פרשיסחא האט רבי מנחם מענדל אנגעהויבן פראווען זיין אייגענע רביסטעווע אין טאמאשאוו אין נאכהער איז ער אריבער קיין קאצק. רוב פון די חסידים פונעם רבי'ן ר' בונים האבן מקבל געווען רבי מנחם מענדל אלס רבי'ן.

מעגליכע אפיקורסות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די מעשה האט, פאר פארשטענדליכע סיבות, פארשידענע גירסא'ס. לויט געוויסע מקורות, האט די רבי ביי די שבת טיש פרייטיג צונאכטס אויסגעלאשן די לעכט און אויסגערופען "לית דין ולית דיין!"[2]. לויט אנדערע מקורות האט ער נאר אנגערירט די לייכטער, און לויט געוויסער גירסא'ס האט ער נישט מער ווי געשריגן אויף זיינע חסידים[3], אדער אויפן באשעפער[4]. די משכילים האבן האבן פארשפרייט אז די קאצקער רבי איז געווארן א באהאלטענע אטעאיסט[5], און די חסידים האבן נישט געוואלט רעדן דערוועגן, נאר עס גערופן "שבת שחלה רבינו".

די רבי איז דערנאך געווען איינגעשפארט אין א שטוב פאר צוואנציג יאר[3] - ביז זיין פטירה, און ער האט נאר געהאט קאנטאקט מיט זיינע גאר נאנטע מקורבים און משפחה.

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן כ"ב שבט ה'תרי"ט.

זיינע תלמידים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פון זיינע תלמידים:

פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיינע קינדער:

פון זיווג ראשון מרת גליקל (א טאכטער פון ר' אייזיק ניי פון טאמאשאוו):

  • הרב דוד מארגנשטערן פון קאצק.

פון זיווג שני, מרת חיה ליפשיץ ( א טאכטכער פון ר' משה "חלפן")

  • מרת ברכה, די ווייב פון הרב בערל וואלף ראפאפארט פון קאצק.
  • מרת שרה צינא, די ווייב פון הרב אברהם בארנשטיין פון סאכאטשאוו.
  • יעקב שמחה מארגנשטערן, נפטר געווארן אלס קינד
  • הרב בנימין מארגנשטערן
  • הרב משה ירוחם מארגנשטערן
  • פערל מארגנשטערן

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. רבי מנחם מענדל מארגנשטערן ביי mytzadik.com
  2. http://sadeh.corky.net/1993_01_15_article.html
  3. 3.0 3.1 דער קאצקער רבי נח-נט
  4. http://www.archive.org/stream/nybc200633#page/n12/mode/2up
  5. http://www.archive.org/stream/nybc211632#page/n64/mode/2up