מנחם בנימין בן-ציון ראטטענבערג

פֿון װיקיפּעדיע

רבי מנחם בנימין בן-ציון הלוי ראטטענבערג זצ"ל, (ה'תרמ"א - כ"ג ניסן ה'תשי"ז), וואוידיסלאווער רבי אין ברוקלין.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מנחם בנימין בן-ציון איז געבוירן אין וואלבראם אין יאר ה'תרמ"א, צו זיין פאטער, הרב אהרן האלבערשטאם, רב אין ביאלא-ביליץ, א זון פון הרב יוסף זאב האלבערשטאם, רב אין באכניא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רבקה רחל א טאכטער פון הרב אלטער מאיר דוד הלוי ראטנבערג , רבי פון וואלבראם, א זון פון הרב יצחק מענדל הלוי ראטנבערג, א זון פון הרב פנחס הלוי ראטנבערג, פון אפטא, א זון פון הרב מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא, דער אור לשמים.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרפ"ב איז רבי מנחם בנימין בן-ציון געקומען קיין אמעריקא און געעפענט זיין בית המדרש "דברי חיים", ער איז געווען פון די אנפירערס פון אגודת ישראל און פון אגודת האדמורי"ם.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מנחם בנימין בן-ציון נפטר געווארן כ"ג ניסן ה'תשי"ז.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרנ"ט האט רבי מנחם בנימין בן-ציון געהייראט בזיווג ראשון מרת ברכה א טאכטער פון הרב מרדכי זאב הלוי שטערנפעלד-הורוויץ, זי איז נפטר געווארן ט' אייר ה'תרס"א.

אין יאר ה'תרס"ג האט רבי מנחם בנימין בן-ציון געהייראט בזיווג שני מרת הענא רעכיל א טאכטער פון הרב אברהם חיים ראובן ראטנבערג, רב אין וואוידיסלאוו. זייערע קינדער:

  • הרב יעקב משה האלבערשטאם.
  • הרב יצחק שלום ראטטענבערג-האלבערשטאם.
  • אברהם ראטטענבערג.
  • אלטער ראטטענבערג.
  • מרת רבקה.
  • מרת גאלדא.
  • מרת רייזל.
  • הרב מאיר דוד ראטענבערג.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר