מנחם מענדל אייכנשטיין

פֿון װיקיפּעדיע

רבי מנחם מענדל אייכנשטיין זצ"ל (ה'ת"ר - י"א אדר ה'תרס"א), רבי אין זידיטשוב.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מענדל איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), דער פינפטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון הרב ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.

ווען רבי מענדל איז געבוירן איז רבי מענדעלע פון רימאנאוו געקומען צו זיין פאטער אין חלום אין אים געזאגט, ער זאל א נאמען געבען זיין קינד נאך אים, ווייל ער דארף צוריק אראפקומען אויף דער וועלט פארעכטען דעם "חוטם".

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מענדל איז געווען א גרויסער גאון מיט אן אויסערגעווענלכן זכרון, ווען זיין פאטער איז אלט געווארן האט רבי מענדל אויסגעפירט די דברי תורה.

נאך זיין חתונה איז רבי מענדל געווען רב אין מיקאלייעוו (ענ'), פון יאר ה'תרמ"ד איז ער געווען רב אין זידיטשוב.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מענדל איז נפטר געווארן י"א אדר ה'תרס"א.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מענדל האט געהייראט מרת פריע א טאכטער פון הרב רבי חיים אברהם רעדליך פון מיקאלייעוו, אן איידעם פון הרב מאיר פון פרעמישלאן. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם חיים אייכנשטיין (ה'תר"ך (אומגעפער) - ה'תרס"ט), פון זידיטשוב.
  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב דוד מארילעס, פון יעראסלאוו.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אדם וחוה ותולדותיהם

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר