מנהגי קידוש לבנה

פֿון װיקיפּעדיע

מנהגי קידוש לבנה איז א ספר וועלכע באהאנדלט אלע הלכות און מנהגים וואס ס'איז שייך קידוש לבנה לויט ווי עס האט זיך געפירט דער סאטמאר רבי יואל טייטלבוים, געשריבן דורך א גרופע תלמידים וואס פלעגן מקפיד זיין צו מיטהאלטן יעדע קידוש לבנה מיטן רבין, ארויסגעגעבן דורך משה שאמשאן אין יאהר תשנ"ז.

דער ספר באשטייט פון דריי-און-זעכציג סעיפים, וואס טייל האבן אין זיך מערערע אותיות, וואו עס ווערט אראפגעברענגט די מנהגים. עס ווערט דארט באהאנדלט אסאך הלכה'דיגע שאלות, ווי: ז' שלימים, בגדים נאים, פארוואלקנטע לבנה (הנקרא זידיטשויבער לבנה), קידוש לבנה דורך א פענסטער, שאקלען די ציצית, קידוש לבנה אום שבת ביינאכט און מוצ"ש, סוף זמן קידוש לבנה, און נאך.

אונטער דעם איז דא מקורות פון פארשידענע ספרים און פוסקים, און דערנאך איז דא סיפורים וועלכע איז געשריבן אין יודיש.

בסך הכל אנטהאלט דער ספר הונדערט פופציג זייטן.

הסכמות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]