מלחמה איבערלעבער (וועב זייטל)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מלחמה איבערלעבער איז א וועבסייט וואס פרובירט צוזאמען צושטעלן א דאטנבאזע פון דעם ארטאדאקס יידנטום פון מערב אייראפע וואס איז באשטאנען פון בערך 1.5 מיליאן, ווי אויך איבער די שטעט און שטעטלעך ווי אויך איבער די רבנים און ישיבות וכו' אויף א פארמאט פון עטליכע דאַטן־באַזעס, מיט אינערליכע, און אויסערליכע לינק'ס.

עס ווערט דארטן געלייגט א גרויסן דגוש צוזאמען צושטעלן פולקאמע ליסטעס פון די אלע שטעט, דורך לעבעדיגע עדות, און אזוי פרובירט דער סייט אנצוקומען צו א פונקטליכע נומער פון משפחות און פערזאנען.

ווי אויך צוביסלעך ווערן ארויפגעלייגט אויף דעם סייט, אודיא פון איבערלעבער, סיי ביי זייער ביוגראפיע, און סיי ארויסגעשניטן סניפיט'ס, צ.ב.ש. איבער אוישוויץ, א.ד.ג.

עס איז נאך גאנץ א נייע זאך און עס ווערט צעביסלעך אויפגעבויט, דורך באזוכן און אינטערוויאוס מיט עלטערע אידן לאויש"ט.

ווי אויך אנטהאלט דער סייט א דאטא-בעיס פון א טעגליכן שטאנדפונקט, ד.ה. א טאג-בוך פון אנפאנג 1900 ביז 2100.

ווי אויך אנטהאלט דאס א מפתח דאטע-באזע פון אלע ווערטער און מענטשן א.ד.ג., וואס קומען אין בארירונג מיט דעם צווייטן וועלט קריג.

ווי אויך אנטהאלט דאס א מפתח דאטע-באזע פון דעפארטאציעס פון ביידע זייטן, פון ווי זיי זענען ארויסגעפארן, און קיין ווי זיי זענען געפארן, און אזוי פרובין צוזאמען צו שטעלן אויף נאך א וועג א בערך'דיגן נומער פון וויפיל עס זענען ליידער אומגעקומען

[באַאַרבעטן] וועבלינקען

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן