מירענדע ווארענונג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מירענדע ווארענונג (ענגליש: Miranda warning), איז א ווארענונג וואס ווערט געגעבן בשעת מען ארעסטירט איינעם אין אמעריקא. לויטן אמעריקאנער געזעץ זינט 1966 מוז מען דאס איינמעלדן פארן ארעסטירטן איידער מען פרעגט אים אויס סיי וועלכע פראגעס בנוגע זייער עבירה, כדי ער זאל זיין באווואוסטזיניג צו זייערע רעכט פון שווייגן און נישט זיך אליינס באשולדיגן.

דער מירענדע ווארענונג ווערט גענוצט בלויז אין אמעריקא, אין אנדערע לענדר באנוצט מען זיך מיט אנדערע מיטלען צו לאזן וויסן דעם ארעסטירטן וועגן זיינע זכותים.

דער נוסח פון דער ווארענונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער ווארענונג מוז נישט געגעבן ווערן ביי יעדן ארעסט, נאר בלויז ווען מען פארשט אים אויס אויף עפעס וואס ער האט געטון. דאס הייסט אז ביי אן ארעסט וואס מען פארשט נישט אויס דעם ארעסטירטן מוז מען עס נישט זאגן.

דאז איז דער נוסח:

You have the right to remain silent. Anything you say can and will be used against you in a court of law. You have the right to have an attorney present during questioning. If you cannot afford an attorney, one will be appointed for you.

אין אידיש: דו האסט די רעכט זיך צו האלטן שטיל. יעדע זאך וואס דו זאגסט קען ווערן גענוצט קעגן דיר אינעם געריכט. דו האסט די רעכט צו האבן א לויערס אנוועזנהייט בעת'ן דיך אויספארשן. אויב דו קענסט זיך נישט ערלויבן קיין אדוואקאט, וועט מען דיר דאס צושטעלן.

מען מוז עס נישט זאגן גענוי מיט דעם לשון, אבער די פאליציי מוזן זיכער מאכן אז דער ארעסטירטער פארשטייט זיינע רעכט.

ערנעסטא מירענדע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ערנעסטא מירענדע בעת'ן ארעסט

ערנעסטא מירענדע (ענגליש: Ernesto Miranda) איז ארעסטירט געווארן אום 1963 אין אריזאנע אויף א צאל עבירות בקשר צו קינדכאפונג. מירענדע האט נישט געוואוסט זיינע רעכט זיך צו האלטן שטיל און זיך זעלבסט-באשולדיגן. נאך א קורצער אויספארשונג האט ער מודה געווען אויף די עבירות. מירענדע איז געווארן באשולדיגט אין געריכט אויפן סמך פון זיין מודה זיין.

אין יאר 1966 האט אבער מירענדע אפעלירט דעם אורטייל אין סופרים קאורט פון אמעריקא. דער סופרים קאורט האט אויסגענוצט דעם געלעגנהייט צו קלארשטעלן איינמאל פאר אלעמאל דאס וויכטיגקייט פון ערלויבן פאר ארעסטירטע זיך צו האלטן שטיל, אין איינקלאנג מיטן פיפטן אמענדאט אינעם אמעריקאנער קאנסטיטוציע, און דער סופרים קאורט האט אים ריינגעוואשן פון די פריערדיגע קלאגע, און פונדאסניי אנגעהויבן א פרישע סעסיע וואס ער איז פונדאסניי באשולדיגט געווארן מיט פרישע קלאגעס דורך אנדערע עדות, און נישט דורך זיין הודאה. ער האט דאן באקומען 11 יאר טורמע.

אום 1972 איז ער באפרייט געווארן, און זיך דאן באשעפטיגט מיטן פאבליצירן די "מירענדע רעכט" פארן פאבליקום. אבער איז ווידער ארעסטירט געווארן פארן באזיסן אומלעגאלע וואפן, און דערמיט צעשטערט די תנאים פון זיין פריערדיגע באפרייאונג, ער איז ארעסטירט געווארן אויף נאך א יאר, און נאך זיין באפרייאונג האט ער זיך צעאמפערט מיט איינעם וואס יענער האט אים דערשטאכן צום טויט. און קאמיש איז געווען אז יענער האט זיך באנוצט מיט די מירענדע שווייגעניש רעכט וואס זענען אים פארגעליינט געווארן בעת זיין ארעסט, און באפרייט געווארן.