מיליטער פון די פאראייניקט שטאטן פון אמעריקע
פֿון װיקיפּעדיע
די אמעריקאנער מיליטער הייסט די "יונייטעד סטייטס ארמד פארסעס" און ס'פונקצאנירט דורך 5 אפטיילונגען:
- ארמיי - Army
- נעווי - Navy
- מארין קאָרפס - Marine Corps
- ער פארס - Air Force
- קאוסט גארד - Coast Guard
4 אפטיילונגען זענען אונטער דעם פארטיידיקונג דעפארטמענט ווען די קאוסט גארד איז אין קריג-צייטן אונטער די נעווי און אלעמאהל אונטער די דעפארטמענט פון הומלענד סקויריטי, די פארטיידיקונג דעפארטמענט איז אונטער די אויטאריטעט פון די דפענץ מיניסטער (שר ההגנה),
די אמעריקאנער מיליטער איז די 2טע גרעסטע מיליטער מיט די מערסטע טרופען נאך כינע מיט 2,685,713 טרוהפען ווען א געשאצטע 1.4 מיליאן טרוהפען זענען אין אקטיווע דוטי, פרויען קענען נישט דינען אין אלע פעלד פאזיציעס.
[באַאַרבעטן] שטערקסע מיליטער
די אמעריקאנער מיליטער איז די שטארקסטע אויף די וועלט. די מיליטער קען אנקומען די שנעלסטע צו א יעדע סיטואציע צוליב איהרע מעגליכקייטן, און בליץ שנעל אויפבויען מיליטערי באזעס ווי נויטיג, מיט די עיר פארס האבענדיג א גרויסע גרופע פון: C-5 געלעקסי, C-17 גלאוב-מעסטער, C-130 הערקולעס, עראפלאנען פאר טראנספארטאציע, און די העליקאפטער סקוואד פון די מארין קארפס, אויף די נעווי עיר-קעריעיערס קאמבינירט מיט די מיליטערי דאקטירין פון פלעקסיבילעטי מיט א אויסגעשטעלטע 48 בריגאדע וואס איז גרייט פאר יעדען פאהל. די מעגליכקייט, שנעלקייט צו רעאקציע, און די שטארקייט מיט דעהם קען זיך קיין איין מיליטער פארגלייכען.
[באַאַרבעטן] קאמאנדיר
די קאמאנדיר און טשיף-די הויפט איז די פרעזידענט און אונטער איהם איז די דעפענף מיניסטער (שר ההגנה) א קאבינעט ראנק און ער צו די קאמבעט-קריג קאמאנדירען אויסקרויזענדיג די זשאינט טשיף אף סטעף (Joint Chiefs of Staff (JCS, פון יעדע אפטיילונג וואס האט געמאכט פראבלעמען זייענדיג די ראנק צווישען מיניסטער און די קאמאנדירען ביז יאהר 1986 ווען ס'געטוישט געווארן.
[באַאַרבעטן] ליסט פון טרוהפען
| אפטיילונג | אקטיוו | פרויען פראצענט | אויפן ליסט | אפיצירען |
| ארמיי | 500,203 | 15.2% | 414,325 | 69,307 |
| מארין קארפס | 180,000 [1] | 6.0% | 157,150 | 19,052 |
| נעווי | 375,521 | 14.5% | 319,929 | 55,592 |
| עיר פארס | 358,612 | 19.6% | 285,520 | 73,091 |
| קאוסט גארד | 40,151 | 10.7% | 31,286 | 7,835 |
| אינאיינעם | 1,450,689 | 14.9% | 1,196,210 | 254,479 |
441.6 ביליאן דאלער איז דער בודזשעט פאר 2006
- ↑ www.military.com. Marines Dispute QDR. Retrieved on July 27, 2006.
{{}}