מיכאל פירירא די ליאון

פֿון װיקיפּעדיע

מיכאל פירירא די ליאון איז געווען א גרויסער רייכער מאן, א דאקטער און פון די ראשי קהילה פון דער שטאט ליווארנא, איטאליע, אין די יארן תק"ל — תק"ס.

דער חיד"א האט זיך באקאנט מיט איהם נאך ביי זיין ערשטער נסיעה קיין ליווארנא, ער האט אסאך געהאלפן דעם חיד"א, ער האט איהם באצאהלט צו דרוקן זיין ספר ברכי יוסף, דער חיד"א איז איינגעשטאנען ביי איהם אין הויז, און זיינע קינדער האבן געלערענט תורה ביים חיד"א.

דער חיד"א שרייבט דערוועגן אין זיין ספר מעגל טוב, והשם יתברך נתנני לחן בעיני הגביר החכם המשכיל איש חסד סיר מיכאל פירירא די ליאון. אויך זיינע קינדער גבריאל די ליאון און יעקב די ליאון האבן געגעבן פארן חיד"א אסאך געלט ווי עס שטייט סוף פון זיינע ספרים ברכי יוסף און מחזיק ברכה.

ווען דער חיד"א איז פארטיג געווארן מיט זאמלען געלט פאר די ארץ ישראל אידן, איז ער ווייטער איינגעשטאנען ביים דעם עושר מיכאל[1], דער חיד"א שרייבט: ,הגביר המשכיל המהולל והמשובח סיר מיכאל פירירא די ליאון, איך האב געוואוינט ביי איהם פופצן חדשים, הפליא לעשות עמדי חסדים גדולים, כבוד גדול יתר מאד, הוא וכל בני ביתו (מעגל טוב עמוד 41). אויך שרייבט ער אמאל "נתעלסתי באהבים עם ידיד ואהובי אחי ורעי אנשי חסדי סי' גבריאל וסיר יעקב פירירא והיינו כל הלילה מתענגים (מעגל טוב עמוד 177)..

ווי מען זעהט און אסאך ספרים פונעם חיד"א איז ער געווען א גרויסער שטוף פארוואס דער חיד"א איז געווען באקוועם צו בלייבן אין ליווארנא און איז נישט צוריק געפארן קיין ארץ ישראל, דער חיד"א שרייבט אין זיין ספר צפורן שמיר, סי י"ב, סדר שנהגתי בהקפול שמחת התורה בישיבת מעלת הישיש המשכיל הרופא המובהק הגביר נשא ורם איש חסד כמה"ר מיכל פירירא די ליאון ובניו הגבירים עושי חסד המשכיל כמה"ר גבריאל, והנחמד כמה"ר יעקב".

דער עושר האט אויפגעשטעלט א ישיבה ווי דער חיד"א האט דארט געלערנט אסאך.

רעפערענץ[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ביאגראפיע פון חיד"א