מייקל פאקס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מייקל פֿאקס (כ"א אדר, תרצ"ג - ט"ו אייר, תשס"ט) איז געווען א בריטיש-געבוירן ייד און ישראלדיקער אדוואקאט. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון הערצאג, פאקס מיט נאמן, די גרעסטע געזעץ פירמע אין ישראל.[1]

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] ביאגראפיע

מייקל פאקס איז געבוירן אין לאנדאן, ענגלאנד צו זיין פאטער סאם פאקס און זיין מוטער פריידא עלקא, א טאכטער פון ר' יוסף יצחק פערלמאן, דער פרנס פונעם סונדערלאנד בית המדרש. ער האט שטודירט יוריספרודענץ אין דער לאנדאנער אוניווערסיטעט און געעפנט א פריוואטן פראקטיץ , פאקס מיט גיבאנס, אין לאנדאן, איידער ער האט אימיגרירט קיין ישראל אין 1968.[2] ער האט געוואוינט אין הרצליה פיתוח. זיין ווייב איז שילא איזראעל, אויך אן אדוואקאט. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.[2] ער איז נפטר געווארן שבת ט"ו אייר תשס"ט, נאָך א יארצענדלינג וואס ער האט געליטן פון יענער מחלה.[2]

[באַאַרבעטן] לעגאלישע און זשורנאליסטישע קאריערע

פאקס איז געווען א מיטגליד פון דער אינטערנאַציאנאַלער אַדוואקאַטנשאַפֿט אַסאסיאַציע און דער יוריספרודענץ געזעלשאפו פון ענגלאנד און וועלס. ער איז געווען א מומחה אין קארפאראטיוון יוריספרודענץ., בפרט אין צונויפגאסן און קנינים און אינפראסטרוקטור אנטוויקלונג. ער איז געווען דער פארזיצער פון דער ישראל, בריטן און דער קאמאנוועלט אסאסיאציע (IBCA).

פאקס פלעג שרייבן א מאנאטלעכע קאלומנע פאר דער ענגלישער אויסגאבע פון דער ישראלדיקער צייטונג הארץ.[2]

[באַאַרבעטן] Honours

אין 2003, Fox איז פאקס געווארן א מיטגליד פון דער ארדנונג פון דער בריטישער אימפעריע (MBE) צוליב זיין ביישטייערונג צו ישראל-בריטישע באציאונגען. [2]

[באַאַרבעטן] פארעפנטליכע ווערק

  • Mountains and Molehills, Essays 2003-2007, Weill Publishers

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. Cashman, Greer Fay (March 18, 1997). "A friend who was like an older brother", זשערוסאלעם פאסט. דערגרייכט דעם 2007-01-17. 
  2. 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 הספד, הארץ, דעם 10טן מיי, 2009

[באַאַרבעטן] וועבלינקען

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן