מוסטער רעדן:מלכי יהודה

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

קאפירט פון העברעישן ויקיפדיה. ►רוני◄ 12:59, 24 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דער מוסטער רעדט נאר איבער דעם באגריף פון "מלכי יהודה" אין תנ"ך (ספר מלכים) אין די צייטן פון בית ראשון. אויף די אלע אנדערע מלכים וואס זיינען געווען אונטער א פרעמדע אימפעריע און געווען קיסר נאר אויף א קליין טייל פון שבט יהודה דארף מען מאכן א באזונדער מוסטער. ►רוני◄ 21:17, 10 מיי 2007 (UTC)

הלכות בית יהודה איז צוריקגעקומען אין מאכט מיט הורדוס, ער איז געווען פאררעכנט אלס איינע פון די מלכי יהודה אין "אלע" ספרי היסטוריע, איך ווייס נישט פונקט פון וואו די נעמסט דיי אינפארמאציע, עס איז קיינמאל נישט כדאי נאכצושרייבן מיט פארמאכטע אויגן. {joel.m 21:27, 10 מיי 2007 (UTC)}

די אינטערשייד פון יארן צווישן צדקיהו און הורדוס זאגט קלאר א גרויסע צווישענשייד אין יארן, אבער אויב ווילסטי limiten די מוסטער נאר צו מלכים וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך דערפסטו טוישן די קעפל. און איך האלט אז ס'איז נישט ריכטיג צו טוישן. {joel.m 21:31, 10 מיי 2007 (UTC)}

איך האב קאפירט דעם מוסטער פון די העברעישע וויקיפעדיע, און דארטן איז דאס אזוי. און איך מיין אויך אז עס דארף זיין אפגעטיילט. אבער אויב דו ווילסט מאכן א מוסטער פון ממש אלע מלכי יהודה וועלקאם. ►רוני◄ 22:14, 10 מיי 2007 (UTC)

נאך הורדוס איז געווען נאך 3 קעניגן, אלע ווערן פאררעכנט אלס מלכי יהודה, אין די העברעישע וויקי איז דאס אפגעטיילט א זאך וואס איז נישט ריכטיג, עס איז געווען צוויי באזינדערע תקופות אבער איין שלשלת. און מוסטער פון די תקופה קומט דאס אפגעטיילט אבער אין די מוסטער פון די שלשלת ברויך דאס זיין צוזאמען. {joel.m 14:07, 11 מיי 2007 (UTC)}

עס איז איבערהויפט נישט ריכטיג צוזאמצושטעלן די דינאסטיע פון הורדוס מיט די אור-אלטע מלכי יהודה. דאס ממלכת יהודה האט זיך געענדיגט מיט צדקיהו אין 586 B.C. ביים חורבן בית ראשון. דער שפעטערדיגע רעזשים אונטער די רוימישע אימפעריע איז געווען אינגאנצן א נייער באגריף. דאס מלוכה פון הורדוס ווערט אנגערופן ממלכת הורדות דורך רוב היסטאריקער - נישט ממלכת יהודה.

און אויב שוין יא אריינרעכענען אלע מלכים איבער דעם שטח יהודה במשך פון אלע תקופות, וואס עפעס אנהייבן מיט הורדוס? עס איז דאך געווען אויך די מלכות בית חשמונאים. --קאצקער 22:31, 16 מיי 2007 (UTC)

וועלקאם-בעק, פיל דיך היימיש :) ►רוני◄ 22:41, 16 מיי 2007 (UTC)
יוסיפון, דער ריז פון היסטאריע האלט אנדערש וואו אייך, ער רעכנט די חשמונאים אלס מלכות בית חשמונאים און פון הורדוס און ווייטער רעכנט ער ווייטער אלס מלכות יהודה. איך בין נוטע צו זיין שיטה. {יואל מ. אין כמו פאטעטא קיגל! 15:24, 17 מיי 2007 (UTC)}

איך מיין אויך אז עס איז נישט ריכטיג אריינצומישן הורדוס אין די מוסטער פון די מלכי יהודה. ערשטנס, זינט דער חורבן בית ראשון איז מער נישט געווען קיין מלך אויף יהודה מיט א פולשטענדיגע און אייגענע מלוכה (אויסער די חשמונאים וועלכע זענען לכו"ע נישט געווען קיין המשך פון מלכות יהודה), אריינגערעכנט הורדוס און ווייטער וועלכע זענען געווען פולשטענדיג אונטערגעווארפן די רוימישע אימפעריע. צווייטנס, הורדוס האט אליינס פארכאפט די מלוכה און איז קיינמאל נישט פולשטענדיג אנערקענט געווארן דורך די גאנצע באפעלקערונג פון יהודה, און אזוי אויך די מלכים שפעטער האבן זיך כסדר ארומגעאמפערט און קיינמאל נישט באקומען קיין פולשטענדיגע אנערקענונג. דריטנס, די ריכטיגע המשכה פון מלכות יהודה איז טראדיציאנאל שטענדיג געווען אנגענומען ביי יעדן אז דאס באלאנגט דוקא פאר בית דוד. דאס אז יוסיפון רעכנט זיי יא אלס מלכות יהודה, איז ברייט באקאנט ביי יעדן אז ער איז געווען א גרויסע שטיצער און אנהענגער פון די מלכי הורדוס, א גרויסער חונף ביי די רוימער בכלל און ביי אגריפס בפרט, ער איז געווען א צוויי פנים'דיגער און ער איז א נוגע בדבר און זיין דעה איז נישט מעלה און מוריד גארנישט. אנטשולדיגט פארן קאמענטירן אזוי פיל שפעטער. (עולםגולם (רעדן) 21:09, 13 אויגוסט 2015 (UTC))[ענטפֿער]

מסכים מיט עולםגולם. די מלכים פון הורדוסנס דינאסטיע קען מען אריילייגן אין א צווייטן מוסטער. --פוילישער 09:06, 27 אויגוסט 2015 (UTC)[ענטפֿער]