מוסטער רעדן:אינטערשפראך

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

אויסמעקן די "אונטערשפראך מוסטער" ?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יא[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. איך בין מסכים ►רוני◄ 23:40, 15 יולי 2007 (UTC) עס פעלט נישט אויס. מען קען זען רעכטס אונטן צי דער ארטיקל האט אונטערוויקיס.[ענטפֿער]
  2. איך בין מסכים. טעכניקער 23:41, 15 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
  3. איך בין מסכים. ס'מאכט מיאוס דעם ארטיקל.--אלץ-ווייסער 23:43, 17 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
  4. איך בין מסכים ווער ס'וויל קען צולייגען די אינטערשפראכן, אבער לייגען די די מוסטער איז געזאגט "איך בין דא" אבער איך האלט נישט ביין טון צו דערזאך. --משגיח 19:01, 18 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ניין[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. --יודל 23:43, 15 יולי 2007 (UTC) דער מוסטער איז נישט צו זעהן אויב עס איז דא אן אינטערוויקי נאר אויפצופאדערן די באזוכער צו שטעלן אן אינטערוויקי.[ענטפֿער]

סיבות פארוואס יא[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • קיין איין וויקי האט עס נישט.
  • עס פארמיעוס'ט די וויקי.
  • עס צומישט נייע באנוצער, מען וויל לייענען א שיינע ארטיקל, און מען ווערט אינגאנצן צומישט פון די נארישע מוסטער.
  • מען קען עס לאזן דעם מוסטער פאר א קאטעגאריע, אזוי וועט וויסן פארוואס מען דארף צולייגן אן אינטערוויקי.
  • א געוויסער באנוצער נוצט די מוסטער צו טרערארזירן, און ארויף צוברענגן זיין עדיט'ס.
  • די זעלבע צייט וואס מען לייגט אריין די מוסטער קען מען שוין לייגן אן אינטערוויקי.

--טעכניקער 15:21, 15 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

אפשלאגוגען אויף די טענות[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אנדערע וויקיס האבן אן אנדער וועג וויאזוי צו בעטן פון די קהילות זייערע צו לייגן אינטערשפראך לינקס. דאס איז אונזער מהלך צו האבן אלע ארטיקלן וואס זייער תוכן איז אין פראגע צייכן אז מען זאל שטעלן א אינטערוויקי צו זעהן וואס און וויאזוי צו פארעכטין.
  2. עס פארשענערט אבער אויך אין א געוויסן זין אז אנדערע וועלן דאס לייגן אן אינטערשפראך דורך די מוסטער.
  3. עס צומישט און עס באדערט וועט מען זיך מער מטריח זיין צו ברענגן די פאסיגע ארטיקל אינטערוויקי כדי צו פארעכטן די אינהאלט זאל זיין אויסגעהאלטן. אויב מען וויל קען מען דאך דאס מאכן גאר קליין אז דאס זאל נישט זיין אזוי שרייעדיג און רוני האט דאס שוין געטאן.
  4. מען וויל דאך אבער האבן די אינטערשפראך לינקס פאר די ארטיקלן און נישט בלויז די קאטעגאריעס.
  5. אויב א געוויסער באנוצער נוצט דאס צו טעראריזירן זאל מען יענעם בלאקירן. א קאר איז א גוטע טול אויב נוצט דאס איינער צו איבערפארן מענטשן בלאקירט מען דעם דרייווער נישט די קאר איז די שולד.
  6. א מוסטער איז ביי די האנט און זוכן דעם אינטערוויקי נעמט אסאך צייט, עס איז טאקע געאייגענט נישט צו לייגן דעם מוסטער פארן ספענדן כאטש א פינף מינוט אלייןס זוכן דעם פאסענדער ארטיקל.--יודל 19:37, 15 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

פראגע[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך זעה אז יודל נוצט דאס כסדר, איך האלט אבער נישט מיט גענוי וואס ער וויל. אויבנאויף שיינט דער מוסטער צו זיין א גוטע זאך, ווייל עס איז דא דא אסאך ארטיקלעך וואס איז געעפנט געווארן צו באשמיצן אנדערע וכדומה, עכט פריוואטע מענטשן, און דער וואס האט עס געשריבן טענה'ט אז ער מיינט קיינעם נישט צו באשמיצן "ער שרייבט טרוקענע פאקטן" "מען וויל אים צונעמען די רעכטן פון שרייבן". די ריכטיגע און נארמאלע וועג איז צו זען אויב אנדערע וויקיפעדיעס האבן שוין אן ערך אויף דעם. אויב נישט זאל נישט דער אידישע וויקיפעדיע זיין דער ערשטער דאס צו באשרייבן, עכ"פ אויף דערווייל. אז עס פעלט אן אונטערוויקי מיינט דאס אז דער ארטיקל רופט ארויס פארדאכט. און אויב איז דאס אן ארטיקל וועלכע ברענגט מחלוקת און האט נישט קיין אינטערוויקי דארף דאס אראפגיין.

איך באטאן נאכאמאל, אז איך האב נישט מיטגעהאלטן וואס יודל וויל מיט דעם מוסטער, איך רעד נאר פון מיין פרעספעקטיוו, און איך וואלט זיך שטארק געפרייט צו הערן אן ענטפער.--למדן 00:52, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

איך שטים מיט מיט דיר יעדעס ווארט. די ארטיקלן וואס זענען שייך צו זיין באשריבן אין אן אנדער וויקי און דער שרייבער עקשענט זיך נישט צו לייגן א לינק ווייזט דאס אויף פארדעכטיגקייט. און עס איז נישט מער ווי רעכט מען זאל בעטן אנדערע דאס צו שטעלן.--יודל 00:55, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
למדן, אויב די כאפסט נישט, דעם מוסטער ווערט באנוצט מיט עטליכע וועגן צו וואנדאלזירן,
  • מען לייגט עס צו און מען נעמט עס אראפ אזוי האט מען 100 עדיט'ס פאר יעדען נייען ניק.
  • עכטע נייע באנוצער שרייבן א שיינעם ארטיקל קומט "דער איינער" און באפאלט זיי מיט דעם מוסטער קודם פארמיעוסט עס זייער ארטיקל און נאכדעם באדערט עס זיי אז "דער איינער" אנשטאט העלפן באפאלט ער זיי.
  • עס ווערט גענוצט דורך "דער איינער" צו לייגן זיין חתומה אויף אלע ארטיקלן אן דעם וואס ער לייגט צו א פינגער אין קאלט וואסער
א חוץ דעם האב איז שוין אויבן מסביר געווען אנדערע טעמים. למדן, אז די ווילסט ווערן סיסאפ דאן קריך ארויס פון דיין קליינער וועלטעל פון ארטיקלן וואס די ווילסט אויסמעקן, קוק אויף א גרעסער בילד.--טעכניקער 01:17, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
אויף דעם ערשטן טעם קען מען מאכן א תקנה אז דאס איז נישט נכלל אין די 100 עדיטס.
דער איינער באפאלט נישט קיינעם די ארטיקל איז נישט קיינעםס דאס איז די קהילהס.
דער איינער לייגט נישט קיין חתימה מיט דעם א חתימה מיינט אן אמת'ער באטייליגונג.

עס איז גארנישט קיין קליינער וועלטל פון וועלן מעקן נישט גיטע ארטיקלן. ביטע נישט אטאקירן דעם צוקנופטיגן סיסאפ דא--יודל 01:26, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

הער אויס טעכניקער, איך האב נישט קיין מושג פארוואס דו האסט מיר יעצט אטאקירט, איך האב געוואלט הערן א געהעריגע ענטפער פון דיר, איך וועל מוזן ווארטן אויף רוני צו הערן פון אים.--למדן 01:31, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
סארי אויב די פילסט דיך אטעקירט פון דעם, איך בעט דיר איבער--טעכניקער 01:36, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
נאו פראבלעם :)--למדן 01:39, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
איך האב איבער געקוקט אביסל די ארטיקלען מיטן אינטערוויקי מוסטער, איך מוז אייך זאגן אז רובא דרובא זענען לעגיטימע ארטיקלען, אפשר אפאר געציילטע האבן פראבלעמען אזוי ווי "ער" גיבט אן. ס'איז גענצליך איבריג, א קאטעגאריע פאר ארטיקלען וואס ברויכען אינטערוויקיס איז פונקט גענוג. ס'וועט אויך דינען זיין כלומרש אונגעגעבענעם צוועק פון אידענטעפיצירן נישט לעגעטימע ארטיקלען... --משגיח 19:04, 18 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

איבערלאזן די קאטעגאריע[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען דארף מעקן דאס בילד פונעם מוסטער אבער נישט אינגאנצן מעקן דעם מוסטער. די קאטעגאריע:פעלט אינטערוויקיס איז שטארק ניצלעך. --פוילישער 18:50, 18 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

די קאטעגאריע קען טאקע זיין ניצליך אבער מען ברויך נישט קיין מוסטער פאר דעם. --משגיח 19:06, 18 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

דאס הייסט נישט מעקן דעם מוסטער, נאר דער מוסטער זאל גארנישט ווייזן אחוץ די קאטעגאריע. --פוילישער 13:12, 29 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ס'דא עפעס אין דיינע רייד, אבער פון דער צווייטער זייט קען זיין אז עס איז 'יצא שכרו בהפסדו'. דער גאנצער זיך פארנעמען מיטן שרייבן און מעקן דעם מוסטער, און קרוב לוודאי אז אפטמאל וועט מען פארגעסן צו אים דערהיינטיקן, איז ארויסגעווארפן ענערגיע פאר נישט אזא וויכטיקער־ און אפטמאל פשאלשער מוסטער, איבערהויפט אז עס איז שוין דא אן איינגעבויעטע וויקיפעדיע-לינק וואס ברענגט ארויס אלע ארטיקלען וואס האבן נישט קיין אינטערוויקי זע דא, וואלט בעסער געווען זיך פארנעמען מיט שרייבן ארטיקלען, און פון מאל צו מאל וועלן מיר איניציאטיוון א צייט פאר לייגן אינטערוויקיס וכיוצא בזה. ►רוני◄ 13:23, 29 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
איך האב אויכט קודם געהאלטן ווי פוילישער, אבער נאכן אריינטראכטן זע איך נישט קיין סיבה אז א קאטעגאריע זאל האבן א מוסטער, א מוסטער איז נישט פארדעם.--טעכניקער 13:32, 29 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

אויב אזוי איז דאך גוט, האבן מיר די רשימה . --פוילישער 12:01, 30 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

פרישע אויסשטעל מיט די דאבעליו בילד[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער נייער אויסשטעל וואס למדן האט געמאכט איז גאר א גוטע פלאן (איך האב אים געבעטן דאס טאן) ►רוני◄ 01:51, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

אויב איינער שטעלט זיך יעצט דערקעגן ביטע זאגן. --למדן 01:52, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
דאס איז אסאך בעסער אבער איך וואלט נאך אלץ געוואלט אז מען זאל עס אראפ נעמן צוליב די אנדערע סיבות, פארשטייט זיך נאר אויב דער עולם דא איז מסכים --טעכניקער 01:58, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
דערווייל קוקט דאס אויס א גוטער פשרה מען דארף אבער מאכן אז דער בילד אויב מען קליקט דערויף זאל מסביר זיין וואס דאס וויל. א יישר כוח פאר רוני און פארן הייסן דאס טאן און א יישר כוח פארן טוער--יודל 01:59, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
יודל, דאס פראביר איך יעצט צו טוהן. עס דארף זיין אזויווי דא. יישר כח אויב דו וועסט מיר ארויסהעלפן.--למדן 02:01, 16 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

מען איז געקומען צו א פשרה[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

און דאך האט רוני געמעקט. דאס הייסט א פשרה אין זיינע אויגן...--יודל 03:28, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

קיינער איז נישט געקומן צו א פשרה עס איז געווען וואלן פאר א וואך, און רוב האבן געשטימט מען זאל עס אויסמעקן האט מען עס אויסגעמעקט, א דאנק פאר רוני ער טוט וואס די רוב וויל --טעכניקער 03:32, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
וויקיפעדיע ווערט געפירט דורך קאנסענסוס נישט דורך א רוב. דא האט מען געמאכט א פשרה וואס סיי רוני און סיי איך און נאך איינער האבן מסכים געווען סאו קיין רוב האסטו אויך נישט.--יודל 03:34, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
קיינער האט נישט צוריק געצויגען פון זיין שטימע, --טעכניקער 03:39, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
קוק רוניס ווערטער אז ער האט אפילו געזאגט די פשרה פאר אן אנדער נאמען דא פארשלאגן און מען פרעגט צו איינער האט אויסצושטיין דערקעגן און נאר טעכניקער זאגט אז ער איז נשיט מסכים צום פשרה.--יודל 03:46, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
דאס מיינט נישט גארנישט ווילאנג קיינער האט נישט צוריק געצויגען פון זייער שטימע.--טעכניקער 03:49, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
וואלן דארפן קומען נאר נאכדעם וואס מען האט נישט קיין קאנסענסוס. דא האט מען געהאט א צושטימונג און די וואלן האט נישט אויסגעפעלט. און מען האט קלאר געזאגט אז אויב איינער האט נישט קעגן די פשרה אויסצושטיין עפעס זאכליכע טענות איז די פשרה חיי וקים. סא איז די וואלן געווארן אויס. און רוב באנוצער אחוץ דו האבן דאס אנגענומען איצט האט רוני דעסיידעד אז ער וויל נישט די פשרה אן קיין רעדן און ווי זיין שטייגער.--יודל 03:53, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
יודל זאלסט מיר אנטשולדיגען די ביזט נישט מיסטער קאנסענסוס, נישט אלעס וואס די ווילסט איז דער קאנסענסוס, דא האט קלאר יעדער געזאגט א חוץ איינער וואס איז די, אז מען זאל עס אויסמעקן, דארף מען עס אויסמעקן נישט קיין חילוק וואספארע פורים תורה די וועסט אויסטרעפן, 4 אנטקעגען 1, וואס מער קאנסענסוס קען שוין זיין. די האסט א מנהג צו האבן די לעצטע ווארט, דא האסטו עס. שרייב וואס די ווילסט, איך האב דיר גענטפערט. --טעכניקער 04:01, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
האסט גענטפערט זייער קריגעריש און פאליטיש לענין האסטו אבער נישט גענטפערט איז דא געווען א פשרה נאך די וואלן? רוני האט געשריבן אז דאס איז זיין פשרה? און האט מען געבעטן יעדן זיך אנרופן צו די פשרה איז שלעכט? ביסטו געווען דער איינציגסטער וואס האט געזאגט אז די פשרה איז נישט גוט? דאן דאס הייסט קאנסענסוס אז די מוסטער בלייבט אין איר קליינעם פארעם נאך דעם וואס איך און דו זענען נישט צופרידן אבער ביידע האבן עפעס געפועלט דו אז עס איז ווי א פינטל גרויס און עס טוט איר שוין נישט אזוי שטארק פארמיאוסן. און איך אז מען דארף דאס לאזן. דאס הייסט קאנסענסוס. רוני האלט נשיט ביים ענטפענרן דא נאר דו ווייל ער ווייסט אז ער האט אונז אלע אין דער ערד אבער ער ווייסט נישט אז וואס ער האלט פון אנדערע האלטן אנדערע פון אים.--יודל 04:08, 26 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]