מדרש אגדה

פֿון װיקיפּעדיע

דער ספר מדרש אגדה איז א איינע פון די מדרשי חז"ל.

געדרוקט צום ערשטן מאהל דורך שלמה באבער אין וויען אין יאהר תרנ"ד.

דער נאמען אויפן מדרש האט שלמה באבער געגעבן, דאס איז נישט דער מדרש אגדה וואס רש"י ברענגט ויש מדרש אגדה, לויט ווי שלמה באבער שרייבט אין די הקדמה איז דער מחבר פון דעם מדרש געווען נאך רש"י, וויבאלד עס געפינט זיך דערין מדרשים וואס רש"י ברעגנט האט ער מחליט געווען דאס צו רופן מדרש אגדה.

דער מחבר ברענגט פון מדרש ילמדנו וואס מיר האבן נישט, אויך ברענגט ער אסאך פון רבי משה הדרשן וואס רש"י ברענגט פון איהם און אנדערע ראשונים וואס מיר האבן נישט, אבער מיר געפינען דערין מדרשים וואס שטייט אין ערגעץ נישט נאר אין דעם מדרש אגדה.

די הערות ותיקונים פון שלמה באבער אויף דעם ספר, איז אנדערש ווי זיינע אנדערע הערות, רוב מאל שרייבט ער זייער באריכות און איז מברר די נוסחאות פון אנדערע פלעצער ווי דער מדרש שטייט, אנדערש אבער ביי דעם ספר, שרייבט ער זייער בקיצור, ער באגענונג זיך מיט בלויז איין מראה מקום.