מארק שאגאל
פֿון װיקיפּעדיע
מאַרק שאַגאַל (רוסיש: Марк Захарович Шагал; פֿראַנצױזיש: Marc Chagall) איז געבױרן געװאָרן דעם 7טן יולי 1887 אין וויטעבסק ,רוסלענדישע אימפּעריע (איצט אין װײַסרוסלאַנד), אַלס משה שאַגאַל (אין די רוסישע דאָקומענטן: מאָװשאַ כאַצקעלעװ שאַגאַל; שאַגאַל איז אַ ביסל רוסיפֿיצירטער נוסח פֿונעם פֿאַמיליע-נאָמען סעגאַל סג"ל, װאָס האָט זיך באַװיזן אין דער אָרטיקער ייִדישער הברה). ער איז נפֿטר געװאָרן דעם 28סטן מערץ 1985 אין סען-פּאָל-דע-װאַנס, פֿראַנקרײַך.
מאַרק שאַגאַל איז געװען אַ רוסישער און פֿראַנצױזישער מאָלער און גראַפֿיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, אײנער פֿון די סאַמע פּראָמינענטע קינסטלערס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. ער האָט אָנגעהויבן צו שטודירן מאָלערײַ אין 1906 אונטער דעם מאָלער יהודה פען.
[באַאַרבעטן] זעט אויך
[באַאַרבעטן] וועבלינקען
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: