מאריס הירש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

באַראן מאריס הירש (משה הירש, דייטשיש: Moritz Freiherr von Hirsch auf Gereuth‏ מאריץ פרייהער פון הירש אויף גערויט; 9טן דעצעמבער 1831 - 21סטן אפריל 1896) איז געווען א יידישער אליגארך, און א מולטי מיליאנער פון דייטשלאנד, אבער האט געוווינט אין עטליכע ערטער, אין מערב אייראפע, ווי אין פראנקרייך, גרויסבריטאניע, און אין די עסטרייך אונגארישע אימפעריע.

ער האט אסאך געשטיצט און ארויס געהאלפן די פארפאלגטע יידן, וואס זענען אנטלאפן פון די פאגראמען, וואס זענען פארגעקומען אין די רוסלענדישער אימפעריע, ער האט געגרינדעט די יק"א, וואס האט ארויסגעהאלפן די מאסן אימיגראציע פון יידן, צו די פאראייניקטע שטאטן, און בעיקר דאס אויפשטעלן קאלאניעס אין ארגענטינע, דורכאויס די 19טער י"ה.

ער איז געבוירן צו א רייכע יידישע פאמיליע, אין דער באווארישע הויפטשטאט מינכן. ער האט באקומען א טראדיציאנעלע דערציאונג, און צו זיין בר מצווה, איז ער געשיקט געווארן לערנען אין בריסל, יידישע לימודים. ער אבער האט גענויגט צו געשעפטן, און אין 1851, איז ער געווארן אן איינגעשטעלטער אין א באנק. אין 28סטן יוני 1855, האט ער געהייראט מיט די טאכטער פון די באנק דירעקטאר, קלארא. דעמאלט איז ער געווארן זייער סוקסעספול אין זיינע געשעפטן, און האט באקומען די רשות אויפצושטעלן באן ליניעס, איבער די לענג און די ברייט פון אייראפע, אין עסטרייך, אין טערקיי, און אין די באלקאן לענדער, ער האט אויפגעשטעלט די טראנס באלקאן באן ליניע, פון טערקיי קיין מערב אייראפע, וואס איז געווען זייער דערפאלגרייך, ער האט צוליב דעם, זיך אריבערגעצויגן קיין פאריז, און באקומען פראצויזישע בירגערשאפט.

ער איז געשטארבן 21סטן אפריל 1896, אין א שטעטל אין סלאוואקיי. זיין ווייב קלארא, וועלכע האט פארגעזעצט ארויסצוהעלפן די פארפאלגטע רוסישע יידן, איז געשטארבן דריי יאר נאך אים 1טן אפריל, 1899.

די פארמעגן וואס זיי האבן פארטיילט, אין זייערע ברייטהארציקע צדקות, איז געשאצט אויף 18 מיליאן פונט שטערלינג, לויט די ווערט פון 19טן יאר הונדערט, אן אסטראנאמישע סומע אפילו פאר היינטיקע צייטן.

ער איז געווען א פילאנטראפ, פון אסאך יידישע ארגאניזאציעס. פאר כל ישראל חברים, האט ער צוויי מאל געגעבן א מיליאן פראנק. פארן פייערונג פון פראנץ יאזעף, אפצייכענענדיק פערציק יאר זינט ער איז געקרוינט געווארן, האט ער געגעבן א האלב מיליאן פונט, אויפצושטעלן מיטלשולן, אין גאליציע און אין בוקאווינא. אויסער דעם האט ער אויסגעגעבן מיליאנען, צו קומען צו הילף די רוסישע פליטים, ער האט אויפגעשטעלט יק"א, מיט א פאנד פון 2 מיליאן פונט, און דערנאך האט ער צוגעגעבן נאך 7, און נאכן טויט פון זיין ווייב, איז די פארמעגן וואס זיי האבן באקומען, געווען 11 מיליאן פונט.

בנימין זאב הערצל, האט זיך געטראפן מיט אים, אבער האט אים נישט איבערצייגט, אין וויכטיקייט פון שטיצן יידישע קאלאנאליזאציע אין פאלעסטינע, ער איז אבער נישט געווען קעגן ציוניזם.

גלייבנדיק אין יידישע ערד ארבעטער, האט ער אסאך אינוועסטירט אין יידישע אגריקולטור פרווונגען אין ארגענטינע, און אין ניו דזשערסי. ער האט אויך געהאלפן אויפשטעלן א "פאנד פארן וווילזיין פון יידישן אימיגראנט", וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן די אימיגראנטן, מיט לערנען ענגליש, ווי אויך א שולע צו לערנען א פאך, און אויך געלט שטיצע, די ערשטע צוויי יאר פון אן אימיגראנט אין אמעריקע.