מאראנצן זאפט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א גלעזל מאראנצן זאפט

מאראנצן זאפט איז א פרוכט זאפט (דזשוס) וואס ווערט ערהאלטן דורך אויסקוועטשן, צודרוקן אדער דורך צומאלן די אינעווייניגסטע טייל פונעם מאראנץ. עס ווערט געטרונקען דורך מענטשן ארום דער וועלט אלס א געשמאקן געטראנק.

דער גרעסטער עקספארטירער פון די מאראנצן זאפט איז בראזיל נאכגעפאלגט דורך די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, (בעיקר דורך פלארידע וואו עס איז דער אפיציעלער שטאטישער געטראנק).

איין מאראנץ געבט געווענליך ארויס 90 גראם אויף זאפט. א חוץ וואסער און צוקער, איז עס אן אויסגעצייכנטער קוואל פאר וויטאמין C און פאטאסיום, אויך איז עס א גוטער נאטירליכער קוואל פון פאליק עסיד (וויטאמין 9B) וואס איז רעקאמענדירט פאר פרויען בשעת ווען זיי שוואנגערן אדער קענען שוואנגערן.