מאסן מעדיע

פֿון װיקיפּעדיע

מאסן־מעדיע איז דער נאמען וואס מען גיט צו די קאמוניקאציע מיטלען וואס דערגרייכן דעם ברייטן ציבור. דער נאמען שטאמט פון די 1920ער יארן ווען מען האט אנגעהויבן מיט ברייטע צירקולאציע צייטונגען און צייטשריפטן.

שפעטער זענען צוגעקומען ראדיא, טעלעוויזיע, אינטערנעץ און אנדערע מאסן־מעדיע.

אויך באקאנט ווי מאסן־מעדיע זענען די ארגאניזאציעס וואס קאנטראלירן די טעכנאלאגיעס ווי פילם סטודיאס, פֿארלאגן, און ראדיא און טעלעוויזיע סטאנציעס.

פארשיידענע מאסן־מעדיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס ווערט גערעכנט זיבן סארטן מאסן־מעדיע. לויט דער צייט ווען זיי זענען אנגעהויבן, זענען זיי:

  1. דרוקעריי (ביכער, פראספעקטן, צייטונגען, זשורנאלן, אא״וו) פון דעם סוף 15טן יארהונדערט
  2. רעקארדירונגען (פלאטעס, מאגנעטישע טאשמעס, קאסעטעס, סידיס און די ווי דיס) פון דעם סוף 19טן יארהונדערט
  3. קינא פון בערך 1900
  4. ראדיא פון בערך 1910
  5. טעלעוויזיע פון בערך 1950
  6. אינטערנעץ פון בערך 1990
  7. צעלפֿאנען פון בערך 2000

אנדערש ווי א געווענלעכן טעלעפאן, וואס שאפט קאמוניקאציע צווישן צוויי פארטייען, שאפט מאסן־מעדיע קאמוניקאציע צו א גרויסער גרופע.