מאנאוס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מאַנאַוס איז די הױפּטשטאָט פֿון דער פּראָװינץ אַמאַזאָנאַס אין בראַזיל. די שטאָט ליגט בײַם אײַנמינדונג פֿון די טײַכן נעגראָ און סאָלימאָיִנש. דער קלימאַט אין מאַנאַוס איז זײער הײס און פֿײַכט, און פֿאַר עטלעכע לײַט, אומדערטרעגלעך.

מאַנאַוס פֿלעגט זײַן זײער אַ רייכע שטאָט אינעם 19טן יאָרהונדערט צוליב דער קאַוטשוק-פּראָדוקציִע פֿון די גומי-בײמער װאָס װאַקסן אינעם אַמאַזאָנאַס-װאַלד. שפּעטער מיט דעם אַרײַנפֿיר פֿון גומי-בײמער אין בריטישער מאַלײַזיִע איז געװען די קאָנקורענץ אַזױ גרױס, אַז מאַנאַוס האָט אַ סך פֿון איר רײַכטום פֿאַרלױרן. די פּראָדוקציִע פֿון סינטעטישן גומי איז געװען דער סוף פֿון רײַכטום.