מאיר שילער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
RabbiSchiller.jpg

ר' מאיר שילער איז א חסיד'ישער איד פון מאנסי, און א באוואוסטער שרייבער, דענקער, רעדנער, און בעל מחנך.


התקרבות צו אידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מאיר שילער איז אויפגעוואקסן ביי נישט-פרומע עלטערן, און האט שטודירט אין פובליקע שולעס אין זיין יוגנט. אלס יונגער בחור האט ער באגעגנט א סקווערער חסיד, הר"ר משה אייזנבאך, וועלכער האט אים איינגעלאדנט אויף שבת קיין סקווער און מיט אים ליבליך פארברענגט. דאס האט אים געברענגט צו ווערן גענצליך פרום, און איז שפעטער געגאנגען לערנען אין דער ברויער ישיבה אין וואשינגטאן הייטס. ער האט זיך מדבק געווען אין דעם אלטן סקווערער רבי, וועלכע האט געמאכט אויף אים א טיפן איינדרוק. אויך האט ער פארברענגט לאנגע שעות מיט דעם היינטיגן סקווערער רבי, מיט וועמען ער איז געווארן נאנט בידידות. דאס האט אים צוגעברענגט גענצליך איבערצולאזן זיין מאדערענם יוגנט און געווארן א סקווערער חסיד אין פולן זין, און איז געגאנגען לערנען אין דער סקווירא ישיבה, און דערנאך אלס יונגערמאן אין סקווירא כולל.

אויך איז ער פון לאנגע יארן געווען גאר נאנט מיט הרב נארמאן (נחום) לאמם, דער לאנגיעריגער פרעזידענט פון ישיבה אוניווערסיטעט און ראש ישיבה פון ישיבת רבנו יצחק אלחנן, און האלט זיך טיילווייז אלס זיינס א תלמיד.

היינט צוטאגס דינט ער אלס מרביץ תורה אין דער הויך שולע פון ישיבה אוניווערסיטעט, וואו ער ברענגט אריין ווארימקייט צו אידישקייט און איז שטארק משפיע אויף קינדער פון מאדערנע שטיבער.

זיינע אייניקלעך אין מאנסי לערנען אין דער עקסטרעמער פרומער תלמוד תורה תשב"ר מאנסי וועלכע האט בכלל נישט קיין ענגלישע לימודים, און נעמט נישט קיין שום רעגירונגס שטיצע.

אקטיוויטעטן און השקפות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מאיר שילער איז אויך באקאנט אלס א טאלאנטפולער רעדנער, דענקער, און שרייבער אויף אידישקייט און אויף אלגעמיינע פאליטישע און סאציעלע אנגעלעגנהייטן.

זיינע פאליטישע מיינונגען זענען מערסטנס רעכט און קאנסערוואטיוו, זייענדיג א שטארקער שטיצער פון רעליגיעזע מאראלן. אויך איז ער באקאנט פאר עקסטרעמע רעכטע מיינונגען בנוגע ראסע אפטיילונג, האלטנדיג אז דער אנגענומענער רוח פון מולטי-קולטוראליזם ברעכט אונטער דעם גרופע אידענטיטעט פון דער ווייסער ראסע און דער ווייס/אייראפעאישן קולטור. זיין מיינונג איז אז צוליב גענעטישע און קולטורעלע דיפערענצן צווישן ראסעס איז ראטזאם פאר ראסעס זיך צו האלטן אפגעטיילט.

זיינע מיינונגען איבער ראסע האבן אים געברענגט אין נאנטע פארבינדונג מיט עטליכע פירער פון ווייס-סופרעמאסיסט גרופעס ווי דזארעד טעילאר, מייקל לעווין, און דער אמעריקאנער רענעסאנס ארגאניזאציע [1]. אין תשנ"ח, ביי דער יערליכער קאנפערענץ פון אמעריקאנער רענעסאנס, איז ער געווען דער איבעראשנדער הויפט רעדנער.

אויך באשולדיגט ער די מאכטפולע איינפלוס פון אידן איבער דער וועלט אלס שולדיג אין טייל פאר דער סכנה פאר דער ווייסער/אייראפעאישער קולטור, און צוליב דעם צייגט ער סימפאטיע פאר עקסטרעמע רעכטע און ראסיסטישע גרופעס, כאטש זיי זענען טייל מאל אויך אנטיסעמיטיש.

צוליב זיינע מיינונגען איבער ראסע אנגעלעגנהייטן איז ער ביי פיל גאר קאנטערווערסיאל, אזוי ווייט אז ער האט געמוזט צוזאגן פאר דער אדימינסטראציע אין ישיבה אוניווערסיטעט, אז ער וועט נישט רעדן צו זיינע שטודענטן איבער זיינע מיינונגען בנוגע ראסיסטישע פראגעס.

אויך טוט ער קריטיקירן די טראדיציאנאלע אידישע שטעלונג לגבי די אומות העולם, און שטיצט די "תורה ומדע" השקפה, וועלכע נעמט אן אז וויסנשאפט און אלגעמיין-וועלטליכע קולטור האט אויך א ווערד פאר דעם איד אין זיין גאט-דינסט. אויך אין רעליגיעזע ענינים איז זיין מיינונג אז דאס גאנצע מענטשהייט, נישט נאר אידן, פארמאגט אן אמת'ע רעליגיעזע טראדיציע, איבערהויפט קריסטן און מוסלמענער, וועלכע, ווי אידן, גלייבן אין איין גאט.

בנוגע עקאנאמישע און הומאניסטישע אנגעלגענהייטן זענען זיינע מיינונגען אפט לינק און ליבעראל, און ער גיבט זיך אן אלס א שטיצער פון אמת און יושר. צוליב זיין סימפאטיע פאר דעם פאלעסטינער פאלק און זייערע ליידן סימפאטיזירט ער מיט נטורי קרתא, און איז א נאנטער פריינד פאר הרב משה בער בעק, רב און רוחניות'דיגער משפיע פון קהל בית יהודי, און ער טרעט כסדר אויף מיט רעדעס, און ער שרייבט ארטיקלען פאר זיי, און אנדערע נטורי קרתא פירער. ער פארמאגט אויך "נייע רעכטע" סימפאטיע לגבי די מלחמה פון גוים אין צפון אירענלאנד פאר זעלבסטשטענדיקייט, און טוט גאר פארצוגן א נייע פלאן וועלכער זאל ערמעגלעכן ביידע פראקציעס אין צפון אירעלאנד צו לעבן צוזאם בשלום.

דאס אלץ, אינאיינעם מיט זיין אידענטיטעט ווי א סקווירא חסיד און זיינע טעטיגקייטן ביי די מאדערן ארטאדאקסישע קרייזן, מאכט אים גאר אייגענארטיג.

ספארט פאנאטיקער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויך איז ער א געבויטער אטלעטיק און ספארטלער, און איז א פייערדיגער ליבהאבער פון פארשידענע ספארט שפילעריי. ער האט געדינט אלס האקי איינלערנער פאר די תלמידים אין ישיבה אוניווערסיטעט הויך שולע ביז 1995. נאך פירן זיין גרופע זעקס מאל אין א צי צו געוואונען דער טשאמפיאנשאפט פון דער ישיבה האקי ליגע, האט ער אפגעטרעטן פון זיין אמט אלס קאוטש.


קשר צו סקווירא און רחמיסטריווקא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט געוואוינט אין סקווירא שטעטל אבער ער האט זיך אוועקגעצויגן קיין מאנסי צוליב דעם וואס ער האט געהאט פארשידענע פראגעס איבער דער היינטיגער סקווערער הנהגה, וועלכע איז גאר אנדערש ווי ביים אלטן סקווערער רבי'ן, צו וועמען ר' מאיר איז געווען שטארק אדוק בלב ונפש. ער איז אבער ווייטער שטארק פארבונדן מיטן סקווערער רבי'ן, אבער מער אלס פריינט ווי חסיד. אויך איז ער איז שטארק באפריינדעט מיט דער סקווערער הנהלה, און סקווערער חסידים, און ער שטייט זיי אפט צו הילף מיט זיינע פראפעסיאנאלע טאלאנטן לשם מצוה בלי שום תשלום גמול.

זיין אנגייענדע געטריישאפט צום סקווערער רבי'ן, האט זיך גאר שטארק איבערצייגט אין צייט פון דעם פעדעראל סקאנדאל אינערהאלב דער סקיוורא אדמיניסטראציע. דער עפיזאד האט ר' מאיר'ן גאר שטארק אנגעווייטאגט, אבער זיין געטריישאפט און ידידות צו סקווירא האט אים געטריבן זיי ווייטער ארויסצוהעלפן, און ער האט געדינט אלס אפיציעלער פירשפרעכער פאר סקווירא כלפי דער גוי'שער פרעסע.

אין ה'תשס"ו) איז ער געווען פון די בעלי בתים החשובים וואס האבן זיך באטייליגט אין דעם התייסדות פונעם רחמיסטריווקער ביהמ"ד אין מאנסי, און ער איז פון די פני הקהילה אין דעם ווארימען חסידישן שטיבל. ער איז אויך פון די וועלכע זענען א רוח החיים פון איר עקזיסטענץ, און ער האט מקבל מרות געווען פונעם רחמיסטריווקער רבי פון בארא פארק, און רחמיסטריווקער חסידים ווייזן עם ארויס גרויס קירבות.

געהילף פאר'ן חרד'ישן ציבור[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויך איז ער תל תלפיות פאר אלע קרייזן, ער איז א זעלטנהייט פון א פיגור וואס נהנין ממנו עצה ותושיה, נישט נאר אין די מאדערנע קרייזן נאר אויך און סאטמאר און נטורי קרתא קרייזן, ווצב"ש די פארוואלטונג פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא האט זיך כמ"פ געוואנדען צו עם בנוגע ענגליש-וועלטלעכע אנגעלעגנהייטן, און ער האט געהאט קירבות ביי ר' נתן יוסף מייזעלס, וועלכער איז געווען יד ימינו פון פריערדיגן סאטמארער רב.


וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]