מאיר הירש

פֿון װיקיפּעדיע

ר' מאיר הירש א זון פון אברהם אבא הירש. און איידעם פון אברהם יצחק זיכערמאן ע"ה.

מאיר הירש, א סוקסעספולער ביזנעסמאן, אבער גלייכצייטיג א שטייפער, הארטער פירער, [פֿעלט אַ מקור]מיט אטאקראטישע אבמיצעס, וועלכער לאזט זיך נישט בייגן פון קיינעם, אינטער קיינע אומשטענדן.[פֿעלט אַ מקור]

הירש האט איבערגענומען די לייצעס פון די וועד הקריה פון די געועזענע ראשי הקהילה אין קרית יואל משה פרידמאן (משה מאנרא'ער) און שלמה מיכל ראזנער, וועלכע האבן עס אריינגעפירט אין באנקראט מיט א דעפיציט פון 14 מיליאן דאלאר.

נאך לאנגע יארן, פון פירן דאס שטעטל ווי א ביזנעס מיט א קאפיטאלע ווירטשאפט, האט הירש אנגעזאמלט א פארמעגן פון שווערע מיליאנען דאלאר וועלכע ליגן אין זיין קאנטראל.

צוליב זיין אומבויגזאמע כאראקטער, האט זיך הירש אנגעשאפן א ים מיט שונאים, אבער דאס קומערט אים גאנץ קנאפ. ער ווערט באטראכט אלס פאוער מאן, אן אליגארך, אינעם פולן זון פון ווארט. דער שטארקסטער מאן אינעם חסידישן שטעטל קרית יואל, ער פירט אן מיט די מוסדות, מיט קהל, די בית השחיטה און די קעמפס און וואס נישט. יודעי דבר זאגן אז אויך דער ווילידזש שפילט לויט זיינע נאטען.