מאזיר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מאזיר
Мазыр
Мозырь
Coat of Arms of Mazyr, Belarus.png
Mazyr3.JPG
מדינה / טעריטאריע Flag of Belarus.svg בעלארוס
קאארדינאטן 52°03′N 29°16′E / 52.05, 29.267קאארדינאטן: 52°03′N 29°16′E / 52.05, 29.267
וואבלאסט האמעל וואבלאסט
באפעלקערונג (2009)

 ‑ אין שטאט

112,500‏

מאזיר (בעלארוסיש: Мазы́р, [maˈzɨr]; פויליש: Mozyrz; רוסיש: Мо́зырь, [ˈmozɨrʲ]) איז א שטאט אין האמעל פראווינץ פון בעלארוס אויפן פריפעט בערך 210 ק"מ מזרח פון פינסק, 77 ק"מ מערב פון האמעל און 100 ק"מ צפון־מערב פון טשערנאבל. די באפעלקערונג איז 112,500 (2009). מאזיר איז א צענטער פון נאפט ראפינירן, בויען מאשינען און עסן פראצעסירן אין בעלארוס. ער האט איינע פון די גרעסטע נאפט ראפינעריעס אין בעלארוס, וואס פאמפעט 18 מיליאן מעטרישע טאנען א יאר.

דער רעכטער ברעג פונעם פריפעט טייך איז אסאך העכער ווי דער לינקער ברעג (ביז 80 מעטער).

מאזיר האט אמאל געהאט א גרויסע באפעלקערונג פון יידן. אין דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די נאצי דערמארדעט אסאך יידן אין מאזיר. די היינטיגע שטאט האט עטלעכע אנדענקען צו דער טביחה.

ביי די לעצטע 15 יאר אונטער די קאמוניסטן, פון תשל"ה ביז תש"ן, האבן די מערהייט פון די געבליבענע יידן עמיגרירט, קיין ישראל און אמעריקע.


באפעלקערונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

יאר יידישע באפעלקערונג באפעלקערונג סה"כ % יידן הערות
1897 5631‏[1] 8076 69.73% רוסישער צענזוס 1897
1927 ~6000 14300 42% סאוועטן צענזוס פון 1927[2]
1939 6307 17500 36.04% יידישע באפעלקערונג פאר דער צווייטער וועלט מלחמה[3]
1970 4300 48000 8.96% סאוועטן צענזוס פון 1970. באפעלקערונג געפאלן נאך דער חורבן אייראפע און אימיגראציע צו גרעסער שטעט, למשל מינסק, מאסקווע און לענינגראד נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. [4]
1979 3600 105882 3.40% סאוועטן צענזוס פון 1979. די יידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע יידן אין ישראל און אמעריקע[4]
1989 3200 128000 2.50% סאוועטן צענזוס פון 1989. די יידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע יידן אין ישראל און אמעריקע[4]
1999 565 114000 0.50% די יידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע יידן אין ישראל און אמעריקע[4]
2004 <500 111500 0.45%

באקאנטע איינוואוינער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאזיר

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. "מאזיר", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
  2. Belarys.by וועבזייטל וועגן מאזיר [1]
  3. יידישגען.ארג געטאס פון גאמעל דיסטריקט [2]
  4. 4.0 4.1 4.2 4.3 Jewish Heritage Research Group in Belarus.[3]