מאדזשענטא

פֿון װיקיפּעדיע

מאַדזשענטאַ (#FF00FF)

מאַדזשענטאַ (ענגליש: Magenta) איז דער ראָזע-וויאלעט קאָליר וואס מען באקומט פון מישן גלייַכע קוואנטיטעטן פון בלויען ליכט און רויטן ליכט, און איז דער קאָליר וואס דערגאנציקט גרין. דעריבער, פּיגמענט מיט א מאַדזשענטאַ פארב אַבזאָרבירט גרינע ליכט.

מאַדזשענטאַ איז איינער פון די מערסטע פארשפרייטע פֿאַרבן פון קאלירטן טינט פאר דרוקן אין געשעפט און אין שטוב, צוזאמען מיט געל און ציאַן. אין דעם RGB קאליר מאדעל, האט מאדזשענטא די קאארדינאטן (Red 255, Green 0, Blue 255) דאס איז די מאַקסימום קוואנטיטעט פון רויט און בלוי ליכט אן קיין גרינעם ליכט.

דער נאָמען פון דעם קאליר שטאמט פון דער שטאט מאַדזשענטאַ אין צפון איטאַליע.

מאַדזשענטאַ-קאָלירטע בלומען