לעקסעפראוי
עסילאַטאפראַם (מיט האנדל־נעמען לעקסאַפרא און ציפראַלעקס) איז אן אנטידעפרעמירן מעדיצין וואס ווערט געניצט היינטיגע טעג. עסילאַטאפראַם איז נישט פאר'רעכענט אלץ א הארבע נערוון פיל, נאר א מעדעצין וואס ווערט היינט גענוצט דורך א ריזן פראצענט פונעם געהעריגן פובליקום, גרויסע פירער און וואס האבן פוהל דרוק, אסאך וואס גייען אדורך א טראומא, ווערן געשטיצט עס צו נעמען. מ'זאגט א ערנסטן ווערטל, אז בקרוב וועט זיין אויסגעשטעלט, אזויווי א פאבליק טעלעפאן אדער א סאדע מאשין, אויכעט א קעסטל ווי מ'וועט קענען קויפן דעם לעקסעפרו, אז ס'זאל זיין צובאקומען צוליב די פולע פארלאנג.
עסילאַטאפראַם איז ערפינדן געווארן די לעצטע יאר צענדליג, און האט ממש אויפגעטון א וועלט אינעם גייסטיג געזונטן פעלד, אזאנס וואס איז גאר הויך געשאצט.
דאס פרצעדור דערפון איז פון אנהייב נישט לייכט, ווייל עס שלאגט זיך מיט די דעפרעסיע געפילן, און עס איז נישט ראטזאם צו געבן פאר יוגענטליכע אונטער א באזעצענעם עלטער, ווייל עס קען צו ברענגן געפילן פון זעלבסט מארד, אבער פון העכער צוואנציג איז דאס שוין יא געבליך. דאס קורצטע טערמין איז זעקס חדשים, די לענגסטע - ס'דא וואס זענען דערויף פאר יארן. ווען נאך צוויי וואכן דערויף ווערט מען צוגעוואוינט און עס מאכט דעם מענטש ממש איבער.. וואונדערליך.
דער מענטש קען אנהייבן קלערן נארמאל, לעבן נארמאל, אנהייבן א נייעם פרייליכן לעבן, און בעיקר פונקציאנירן הונדערט פראצענט נארמאל, און גאר שטייגן אינעם לעבן ציל הויכע שטיפעס.
עס מאכט זיך, לויט די אויספארשונגען, א מעגלעכקייט פון עצירות ווען מען נעמט עסילאַטאפראַם.
פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון רעגולערע מענטשן וואס באנוצן זיך דערמיט
- פי. פי. די.
- עי. בי. די. פעלוויס, ווייטאגן