לייוונט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

לײַוונט אדער לייוואנד איז שטאף געוועבט פון פעדעם געמאכט פונעם פֿלאַקס פלאנץ. פון לייוונט מאכט מען האנטעכער, קליידער און ליילעכער, ווי אויך קיטלען און תכריכים.

לייוונט ווערט גענוצט שוין טויזנטער יאר, זייט אוראלטע צייטן אין עגיפטן. לייוונט איז דער שטערקסטער פון אלע פלאנצן פיברעס.

שעטנז[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די תורה אסרט טראגן קליידער געמאכט פון וואל און לייוונט. דאס ווערט גערופן "שעטנז". געווענליך די סארט שטיקלעך מאטריאל הייסט א שטיק לייוואנד, אדער טעקסטיל. היינט זאגט מען א שטיקל סחורה.