לאקאלע רעגירונג אין לאנדאן
לאקאלע רעגירונג אין לאנדאן גייט אן אין צוויי שיכטן; א שטאטס, סטראטעגישער שיכט און א לאקאלער שיכט. די שטאט-ברייט אדמיניסטראציע ווערט קאארדינירט דורך דער גרעסערער לאנדאנאנער אויטאריטעט (GLA), און די לאקאלע אדמיניסטראציע ווערט אויסגעפירט דורך 33 קלענערע אויטאריטעטן.[1]
[באַאַרבעטן] העכערער שיכט
די גרעסערע לאנדאנאנער אויטאריטעט איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי געוויילטע טיילן. זיי זענען דער בירגערמייסטער פון לאנדאן, וואס האט די עקסעקוטיווע מאכט, און די לאנדאנער פארזאמלונג, וואס טוט חוקר ודורש זיין די החלטות פונעם בירגערמייסטער און קען אננעמען אדער אפווארפן זיינע בודזשעט פארשלאגן יעדע יאר. די GLA האט אחריות פאר סטראטעגישער פלאנירונג, פאליציי, די פייער דינסט, רוב ענינים פון טראנספארט און עקאנאמישער אנטוויקלונג. זי איז א לעצטיקע ארגאניזאציע , אויפגעשטעלט אין 2000 במקום דער גרעסערע לאנדאנער ראט (GLC) וואס איז געווארן אפגעשאפט אין 1986.[1] די הויפטקווארטיר פון דער GLA און דעם בירגערמייסטער פון לאנדאן איז אין דעם סיטי ראטהויז. דער היינטיקער בירגערמייסטער פון לאנדאן איז באריס זשאנסאן, געוויילט אין 2008, נאך קען ליווינגסטאן, וואס האט געדינט צוויי קאדענצן.
געזונט דינסטן אין לאנדאן ווערן פארוואלט מיט דער נאציאנאלער רעגירונג דורך דער נאציאנאלער געזונטדינסט, וואס איז קאנטראלירט און אנגעפירט אין לאנדאן דורך NHS לאנדאן.[2]
[באַאַרבעטן] נידעריגער שיכט
די 33 לאקאלע אויטאריטעטן זענען די 32 לאנדאנער בארא ראטן און די סיטי פון לאנדאן קארפאראציע.[1] אויף זיי איז דא דאס אחריות פאר לאקאלע דינסטן וואס זענען אונטער דער אויפזיכט פון דער GLA, למשל לאקאלע פלאנירונג, שולעס, סאציאלע דינסטן, לאקאלע גאסן און מיסט אויפזאמלען. די לאנדאנער באראס האבן יעדע איינע א ראט וואס ווערט דערוויילט יעדע פיר יאר דורך די איינוואוינער דארטן.
- סיטי פון לאנדאן
- סיטי פון וועסטמינסטער
- קענזינגטאן און טשעלסי
- האמערסמיט און פולהאם
- וואנדזווערט
- לאמבעט
- סאדארק
- טאר האמלעטס
- האקני
- איזלינגטאן
- קאמדן
- ברענט
- אילינג
- האונסלא
- ריטשמאנד
- קינגסטאן
- מערטאן
- סאטן
- קרוידן
- בראמלי
- לואישעם
- גריניטש
- בעקסלי
- העווערינג
- בארקינג און דעגנהעם
- רעדברידזש
- נייהעם
- וואלטם פארעסט
- הארינגיי
- ענפילד
- בארנעט
- הארוי
- הילינגדן
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 היסטאריע און אלגעמיינע אינפארמאציע. Retrieved on 2007-08-17.
- ↑ Strategic Health Authorities > Map Search {London}, National Health Service. Retrieved on 2007-01-09.
| גרויסלאנדאן · לאנדאן · סיטי פון לאנדאן | ||
|---|---|---|
| ראיאן | גרויסלאנדאנער אויטאריטעט · לאנדאנער אסיפה · בירגערמייסטער פון לאנדאן · לאנדאנער אנטוויקלונג אגענטור · טראנספארט פאר לאנדאן | |
| לאנדאנער באראס | איזלינגטאן · אילינג · בארנעט · בארקינג און דעגנהעם · בעקסלי · בראמלי · ברענט · גריניטש · האונסלא · האמערסמיט און פולהאם · האקני · הארוי · הארינגיי · הילינגדן · העווערינג · וואלטם פארעסט · וואנדזווערט · וועסטמינסטער · טאר האמלעטס · לאמבעט · לואישעם · מערטאן · נייהעם · סאדארק · סאטן · ענפילד · קאמדן · קינגסטאן · קענזינגטאן און טשעלסי · קרוידן · ריטשמאנד · רעדברידזש | |
