לאמיר לאכן...

פֿון װיקיפּעדיע

לאמיר לאכן... איז א יידיש ביכל וואו עס ווערט צוזאמגענומען אינטרעסאנטע מעשהלעך, וויצן און ווערטלעך פונעם יודישן אוצר.

עס איז צוזאמגענומען געווארן און ארויסגעגעבן דורך א. אפאטאווסקי דורך פארלאג אגודה תרבות לעם אין תל-אביב 1970, און איז איבערגעדרוקט געווארן אין א צווייטע אויסגעברייטערטע אויפלאגע אין יאר 1989 דורך הוצאתישראל-בוך.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ביכל אנטהאלט די פאלגנדע עלף קאפיטלען, אין א טאטאל פון 360 זייטן.

  • פון יידישן פאלקס אוצר
  • כעלעם
  • ישראל-הומאר
  • שאלות און תשובות
  • וואס ס'קאָן אַלץ געשען
  • פראנצויזישע העפלעכקייט
  • צווישן בארימטע מענטשן
  • פון דא און דארט
  • ביים דאקטאר
  • פון געריכט-זאל
  • חכמות פון קינדער

עס פארמאגט אויך א קורצע הקדמה פונעם פילאָלאָג אין פאריז א. דערטשאַנסקי.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]