כוזרים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
כאַזאַרישער קאַגאַנאַט

כּוזרים, אָדער כאַזאַרן, זיינען געווען אַ גרופּע טירקיש־ריידיקע שבטים, וואָס האָבן געשאַפן אַ גרויסע מלוכה צווישן קאַספּישן און שוואַרצן ימים, וואָס האָט זי עקזיסטירט אין מיטל־עלטער פון בערך 650 יאָר ביז זיין אַראָפּפאַל אין 969. אין דער יידישער וועלט זיינען זיי ‫מערסטנס‬ באַקאַנט פאַר דער פּרשה פונעם ‫גיור פון אַ טייל כוזרים[1][2].

שפּראַך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כאַזאַרישע אויפשריפט אויפן קיעווער בריוו, אָנגעשריבן מיט אַלט־אונגערישע רונען (געלייענט פון רעכטס אויף לינקס): "מיר האָבן געלייענט. איליק"

די כאַזאַרן האָבן גערעדט אַ היינט געשטאָרבענע שפּראַך, וואָס האָט בפירוש געהערט צו טירקישע שפּראַכן[3], הגם ס׳איז געווען אין גאַנצן ניט קלאָר פריער[4]. די כאַזאַרן אַליין האָבן באַניצט אַ רונישן כתב (אָדער כתבן): די סימבאָלן געהערן צו אַלט־טירקישע[5] אָדער (אויפן קיעווער בריוו) להיפוך צו אַלט־אונגערישע רונען[6]. די אויפשריפטן זיינען אָבער קורץ און גאַנצע פראַזעס, וואס וואלטן דערמעגלעכט דעשיפרירונג, זיינען זייער זעלטן. אַנדערע לינגוויסטישע ראַיות קומען פון לשון־קודשדיקע, אַראַבישע און גריכישע מקורים.

די פראַגע וועגן באַציאונגען פון דער כאַזאַרישער שפּראַך איז ווייט ניט ‫בולט‬, ס׳איז אַפילו שווער צו אַנטשיידן, צי די שפּראַכן פון טשואוואַשן און וואָלגע־בולגאַרן, וואָס שליסן איין זייער אַ ספּעציפישע צווייג פון טירקישע שפּראַכן, זיינען קרובים צום כאַזאַרישן לשון[3], הגם עס זיינען דאָ ראַיות, אַז כאַזאַריש איז געווען נאָענטער צו כלל־טירקעשע לשונות[6].

רעליגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פּאַגאַניזם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

תחילת זיינען די כוזרים געווען פּאַגאַנער: זיי האָבן געדינט נאַטירלעכע כוחות און האָבן געשמועסט מיט גייסטער דורך שאַמאַנען. דער פּאַנטעאָן פון געטער ביי כאַזאַרן איז געווען ענלעך צו דעם פון אנדערע טירקישע (און מאָנגאָלישע) שבטים. בראָש פונעם פּאַנטעאָן איז געשטאַנען טענגרי, דער גאָט פון הימל און, לויט זייערע פאָרשטעלונגען, דער שאַפער פונעם עולם. אַנדערע געטער האָבן כולל געווען כלערלייע שליטות פון נאַטור. זיי האָבן אויך געהאַט אַ געטין פון פרוכטבאַרקייט, וואָס איז דער געוויינלעכער שטייגער אין פּאַגאַנישע שיטות, וואָס זיי האָבן זי גערופן אומײַ[7][2].

זיי האָבן אָפּגעגעבן כבוד חיות, און כאַזאַרישע שבטים האָבן געהאַט אייגענע טאָטעמס. ס׳איז אויך געוואוסט, אַז כאַזאַרישע שאַמאַנען פלעגן געבן קרבנות צו דעמבער, באשר דאָמב איז געווען ביי זיי און אנדערע טירקן אַ הייליקער בוים[2].

כוזרים האָבן געבויט ספּעציעלע מזבחות און געצן, געמאַכט אַמולעטן און כלערלייע בילדער אויף כלים און אַנדערע זאַכן מיט רעליגיעזע סימבאָלן און סצענעס[8][7][2]. די דאָזיקע אָפּמאָלונגען ווייזן אמתע און מעשהדיקע חיות, מענטשן און אַבסטראַקטע פיגורן. דער טייטש פון זיי איז אָבער ניט תמיד קלאָר און למשל געשטאַלטן פון הויפּטגעטער אָדער שאַמאַנען זיינען צווישן זיי ניטאָ[7].

מאָנאָטעאיזם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די באַפעלקערונג פון כאַזאַריע איז געווען פיל־מיניק און האָט איינגעשלאָסן אַ סך פעלקער (חוץ די כאַזאַרן גופא), וואָס האָבן געהאַט פאַרשידענע רעליגיעס. מוסולמענער, קריסטן און יידן האָבן באַוואוינען וויכטיקע סוחרישע שטעט אין כאַזאַריע: כאַזאַראַן, סאַמאַנדאַר און אַנדערע. דאָרטן האָבן זיי געהאַט אייגענע הייזער פאַר גאָטסדינסט, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן זיי אין גרויסער זאָל אַנטפּלעקט[2].

אַ סך מוסולמענער זיינען געקומען אין כאַזאַריע פון שכנותדיקע לענדער:בפרט פון איראַן און כֿוואַרעזם, און עטלעכע כאַזאַרן האָבן אַליין אָנגענומען איסלאַם סוף 7טן - סוף 10טן י״ה. איינער פון די קאַגאַנען האָט אין 737 געמוזט צו ווערן אַ מוסולמענער ווי אַ פועל־יוצא פון מפּלה אין דער מלחמה מיט אַראַבישער אַרמיי[9][2].

קריסטישע שיטה איז אויפגעקומען אין כאַזאַריע פון פאַרשידענע קוואַלן, אָבער דווקא די ביזאַנטישע קריסטן, וואָס זיינען מאַסנווייז אנגעהויבן צו קומען תחילת קיין קרים זינט 8טן י״ה, זיינען געווען מערסטנס אַקטיוו אינעם טויפן פון כאַזאַרן. עס זיינען דאָ ראַיות, אַז זייערע טעטיקייט איז געווען אויפטואיק: די כאַזאַרן האָבן בפירוש געבויט אייגענע קלויסטערס און עס איז דאָ אַ געשיכטע פון אַ טויפן פון בערך צוויי הונדערט איידלע כאַזאַרן דורך באַרימטן קריסטלעכן מיסיאָנער קיריל אין [2]861.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Golden PB (2007) The conversion of the Khazars to Judaism. In: Golden PB, Ben-Shammai H, Róna-Tas A (eds) The World of Khazars: New Perspectives: 123–162
  2. 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 2.5 2.6 Brook KA (2006) The Jews of Khazaria, 2nd Edition. Rowman & Littlefield, 317 pp
  3. 3.0 3.1 Erdal M (2007) The Khazar language. In: Golden PB, Ben-Shammai H, Róna-Tas A (eds) The World of Khazars: New Perspectives: 75–108
  4. Гаркави АЯ (1865) О языке Евреев, живших в древнее время на Руси, и о славянских словах встречающихся у еврейских писателей. Типография Императорской Академии Наук, 65 с
  5. Плетнёва СА (1976) Хазары. Наука, Москва, 93 с
  6. 6.0 6.1 Hosszú G (2012) Heritage of Scribes: The Relation of Rovas Scripts to Eurasian Writing Systems. Rovas Foundation, Budapest, 312 pp
  7. 7.0 7.1 7.2 Флёрова ВЕ (2001) Образы и сюжеты мифологии Хазарии. Гешарим, Иерусалим/Москва, 159 с
  8. Плетнёва СА (1999) Очерки Хазарской археологии. Гешарим, Иерусалим/Москва, 375 с
  9. Wasserstein DJ (2007) The Khazars and the world of Islam. In: Golden PB, Ben-Shammai H, Róna-Tas A (eds) The World of Khazars: New Perspectives: 373–386