כאפעז על-אסאד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון כאפעז על אסאד)
כאפעז על-אסאד
حافظ الأسد
געבורט 6 אקטאבער 1930
Q130802, פראנצויזישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 10 יוני 2000 (אלט 69)
דמשק, סיריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סיריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, מיליטער-מענטש רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אסאד אין 1987

כאַפֿעז אַל־אַסאַד (אראביש: حافظ الأسد; 6טן אקטאבער 1930 - 10טן יוני 2000) איז געווען א סירישער פאליטיקער וועלכער האט געדינט אלס פרעזידענט פון סיריע פון 1970 ביז זיין טויט.

זיין יונג לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אסאד איז געבוירן אין קארדאכא, ווי אן אלאווי, ער האט געלערנט אין שולע, אבער זיין פאמיליע האט נישט געקענט באצאלן פאר זיין לערנען, איז ער געגאנגען לערנען אין מיליטערישער שולע. ווען ער האט פארענדיקט לערנען, האט ער זיך אנגעשלאסן אינעם סירישן לופטפלאט, און ער איז געווארן א פילאט, אין 1955, איז ער שוין געווען אן אפיציר. ער האט געהייראט אין 1958, מיט זיין פרוי אניטע. שוין דעמאלט האט ער אנגעהערט די באאט פארטיי.

ווען די פאראייניגטע אראבישע רעפובליק, איז אויפגעשטעלט געווארן דורך גאמאל אבדול נאסער, הערשער פון עגיפטן. אין 1959 איז ער געווען אין רוסלאנד אויף מישטירונגען. און נאכדעם האט ער זיך געפונען אין קאירא, ביז די פאראייניגטע אראבישע רעפובליק, איז צעפאלן דורך סירישע אפיצירן. דעמאלט האט אסאד געשמאכטעט אין טורמע, פאר א חודש. ווען ער איז צוריק קיין דמשק, זענען פארגעקומען פוטשן איינער נאכן צווייטן, אסאד איז געצווינגען געווען צו אנטלויפן קיין לבנון, ווי ער איז געווארן ארעסטירט, און מען האט אים אויסגעליפערט קיין סיריע.

אום 8טן מערץ 1963, האט די באאט פארטיי פארכאפט די מאכט, אסאד איז געווען פאראנטווארטליך, צו איבערנעמען א מיליטעריש לופטפעלד, נישט ווייט פון דמשק. נאכן פוטש איז אסאד געווארן קאמאנדיר פון די לופטפלאט.

זיכערהייטס מיניסטער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1966, איז פארגעקומען נאך א פוטש, ווי אמין על חאפעז, א סוני. איז אראפגעווארפן געווארן פון מאכט, סאלאך זשאדיד, אויך אן אלאווי, איז געווארן פרעזידענט. אסאד איז געווארן זיכערהייטס מיניסטער, ביז די זעקסטאגיקע מלחמה, ווען ישראל האט איינגענומען די גולן, צעשמעטערט די סירישע לופטפלאט, און די ארמיי איזגעווען הילפסלאז. נאכן מלחמה, האבן אסאדאון זשאדיד אסאך זיך ארומגעשלאגן, יעדער מיט באשולדיקונגען קעגן צווייטן, אז וועגן אים האט סיריע געליטן אזא דורכפאל.

אין 1969, איז געווען דער שווארצער סעפטעמבער, ווי כוסיין קעניג פון יארדאניע, האט געגעבן א פארארדענונג, אומצוברענגן טויזענטער פאלעסטינער, וואס האבן אנגעהערט צו די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע. זשאדיד האט באפוילן די ארמיי צו אינוואדירן יארדאניע, מיטן ציל צו ארויסהעלפן די פאלעסטינער. אסאד האט זיך קעגן געשטעלט, און האט נישט צוגעשטעלט די לופטפלאט, צו באשיצן די פוסגייער זעלנער, די יארדאנישע ארמיי האט באזיגט די סירישע.

אין נאוועמבער יענע יאר, האט די סירישע נאציאנאלע קאנגרעס, געשטימט אנידערצוזעצן אסאד. אסאד האט גענומען די ארמיי וואס איז געווען לאיאל צו אים, און האט דורכגעפירט א פוטש, וואס איז נישט געווען קיין ווילדע, מיטן אויסרייד צו פארעכטן טעותים פון זיינע פארגייער.

אלס הערשער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דעם 13טן נאוועמבער 1970, האט ער זיך דערקלערט פרעזידענט פון סיריע. די פאלקסראט, וואס ער האט געשטעלט, האבן אלע געשטימט פאר אים, אין א רעפענדערום האט די פאלק געשטימט פאר זיין קאנסטיטוציע. (אינטערסאנט איז אין די קאנסטיטוציע, האט ער געשריבן אז דער פרעזידענט מוז זיין א מוסלמענער, ווען די אלאוויס זענען נישט אנערקענט דורך רוב אלס מוסלעמענער). רוב פון זיין רעגירונג זענען געווען אלאוויס, וואס מאכן אויס אין די באפעלקערונג ארום 12 פראצענט. ער האט געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט, אונטערברנגנדיק יעדע סארט ווידערשאנד קעגן אים.

ביי די יום כיפור מלחמה, האט ער אטאקירט ישראל, די ארמיי האט באוויזן איינצונעמען די חרמון, מיט א טייל פון די גולן, שפעטער ביי די קאנטעראטאקע, האט ישראל איינענומען געגנטער אין סיריע, כמעט אנקומענדיק קיין דמשק. נאכן מלחמה האט ישראל איינגעשטימט אפצוגעבן די געביטן, וואס זי האט פארנומען ביים קריג, צוזאמען מיט קוניטערא, און שלום טרופן פון די פאראייניגטע פעלקער, זיצן דארט ביז היינט, אפצוטיילן פון די צוויי קריגערישע זייטן.

דער לבנון ברודער קריג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1976, האט אסאד געשיקט די מיליטער, טיילצונעמען אין דעם לבנון ברודער קריג, שלאגנדיק זיך צוזאמען מיט די קריסטן, קעגן די דרוזן, און פאלעסטינער. עס האט געברענגט צו דעם, אז עגיפטן האט איבערגעריסן די דיפלאמאטישע באציונגען, צווישן די צוויי לענדער. וואס האט זיך פארשטערקערט, נאכן שלום אפמאך צווישן ישראל עגיפטן. אנוואר סאדאט, האט אנגעטראגן אסאדן, מיטצופליען מיט אים קיין ירושלים, ווי זיי וועלן זיך באגעגענען מיט מנחם בעגין, און עס וועט זיין שלום, אסאד האט אפגעזאגט.

אין 1980, האבן מיטגלידער אין די סירישע מוסלעם ברידערשאפט, דורכגעפירט אן אטענטאט פרווו, ווי זיין לייבוועכטער, איז אומגעקומען, דערנאך איז פארגעקומען א בלוטבאד אין כאמאט, וואס לויט סיריע זענען 3,000 אומגעקומען, און לויט אפאזיציע פירער, 20,000. פון דעמאלט ביז ער איז געשטארבן איז גארנישט מער פארגעקומען קעגן אים.

ישראל אין לבנון[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אפריל 1982, האבן ישראל עראפלאנען אראפגעשאסן צוויי סירישע העליקאפטערן, וואס האבן אטאקירט קריסטליכע צילן. א האר האט געפעלט, עס זאל אויסברעכן א קריג צווישן די צוויי לענדער, אויף לעבאנעזער באד. 14טן דעצעמבער 1981 האט ישראל אנאקסירט דעם גולן הויכן, ווי א טייל פון ישראל טעריטאריע.

דעם 5טן יוני 1982, האט אויסגעבראכן די ערשטע לבנון מלחמה, און ישראל קרעפטן האבן אטאקירט לבנון. אנהייב האט מנחם בעגין, פרעמיער מיניסטער פון ישראל געמאלדן, אז ישראל האט נישט קיין אינטערעס זיך צו שלאגן מיט סיריע. אבער ווי לענגער די קריג האט אנגעהאלטן האבן זיך די צוויי זייטן מער און מער ארומגעשלאגן, מיטן אויבערהאנט פון צה"ל. שפעטער איז געווארן א פייער אפשטעל, צווישן די צוויי לענדער, מיט אמעריקאנע אינטערווענץ.

אסאד האט געמוזט צו זען ווי די סירישע ארמיי ציט זיך ארויס פון ביירוט, און צה"ל נעמט זיי איבער. א נקמה האט ער געהאט, ווען באשיר זשומייעל איז אומגעקומען, און זיין ברודער אמין זשומייעל, וואס איז געווען ווייניגער פרא ישראל, האט גענויגט מער צו סיריעס זייט.

שלום פראצעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביי דער מאדריד קאנפערענץ, איז גארנישט געווארן. סיריע האט אנגענומען א ראדיקאלע שטעלונג, און יצחק שמיר האט סתם נישט געהאט קיין אינטערעס, אין קיין שלום אפמאך, מיט סיי ועלכע אראבישע מדינה.

ווען יצחק רבין, איז געווארן פרעמיער, אין 1992. האבן זיך אנגעפאנגען א ריי געשפרעכן צווישן סיריע און ישראל. שפעטער האט רבין אפגעלאזט סיריע, און זיך גענומען איבער די פי על או, און יאסער אראפאט.

שפעטערדיקע פרעמיער מיניסטארן, האבן נישט געוואלט זיך אונטערנעמען, די זאכן וואס רבין האט מסכים געווען צו טון, ווי צוריקציען זיך פון גולן. הגם בנימין נתניהו, האט געהאט שטילע געשפרעכן מיט סיריע, איז אסאד שוין געווען שוואך און קראנק, ער איז געווען פארנומען איבערצוגעבן די הערשאפט פאר זיין צווייטע זון באשער על אסאד, נאכדעם וואס זיין ערשטע זון באסל, איז געשטארבן אין אן עקסידענט.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אסאד האט געהאט פינעף קינדער, בושארא די עלסטע טאכטער. באסל וואס איז געווען דער צוקונפטיגער נאכפאלגער, אבער איז געשטארבן אין אן אויטא עקסידענט. באשר דער היינטיקער פרעזידענט. מאהער וועלכע איז אויך דערמאנט געווארן אלס נאכפאלגער, ווארשיינליך זייענדיג א היציגער מענטש, און א ווילדער, האבן געברענגט באשר צום מאכט. מאזשעד די יונגסטע זון.

אסאד האט באוויזן דאס אוממעגליכע, צו זיין פירער פון סיריע 30 יאר. אבער ער האט דאס דערגרייכט ווי א דיקטאטור. ווי א מענטש וואס האט אוועקגענומען דאס פרייהייט פון פאלק, און געפירט א קארופטירטע רעגירונג.

דעם 10טן יוני 2000, זייענדיג אויפן טעלעפאן, מיטן לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער, איז ער געשטארבן.