ישראל בר און

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ישׂראל בר־און (געב. אין באר שבע דעם 31סטן יאנואר 1989; כ"ה שבט ה'תשמ"ט) איז א ישראלדיקער זינגער. ער האט געוווּנען אין דעם 6טן פארמעסט־טעלעוויזיע פראגראם כוכב נולד.

ישראל בר־און איז געוואקסן און דערצויגן געווארן אין א פרומע משפחה. ער האט פארלאזט די רעגיליעזע ווען ער איז געווען 18 יאר אלט. אויך זיין עלטערער ברודער דורון בר־און איז א יוצא בשאלהניק. נאך זיין פארלאזן דעם פרומען וועג האט ישראל אפגעהאקט אינגאנצן קשר מיט זיינע עלטערן, אבער נאך וואס ער האט געווונען אין דער כוכב נולד פראגראם האט זיין מאמע אים שטארק געבעטן זאל ער קומען באזוכן זיינע עלטערן, און ישראל האט גערן געקומען זיי באזוכן.