ישראל אברהם פארטוגאל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ישראל אברהם פארטוגאל (געב' ה'תרפ"ג) איז דער היינטיגער סקולענער רבי וואס האט איבערגענומען די פירערשאפט פון זיין טאטן אין יאר תשמ"ג ר"ח אלול.

אנדערש ווי זיין טאטע וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג האט ער זיין דירה אין דעם דערנעבנדיגן בארא פארק אבער אזוי ווי וויליאמסבורג ווערט אנגעזעהן אלס דער צענטער פונקט פון סקולען, וויילט דער רבי שליט"א דארטן כמעט העלפט פון די שבתים וואס ער וויילט אין שטאט, אזוי אויך די צווייטע העלפט חנוכה נעכט ווערט געפראוועט אין וויליאמסבורג און אזוי אויך אנדערע צייטן צ.ב.ש. ל"ג בעומר און אזוי אסאך צייטן פונעם יאר

צוליב זיין געזונט צושטאנד וויילט ער א גרויסן טייל (אפשר כמעט העלפט) פונעם יאר אין די קאנטרי געגנט, אנהייב פלעגט ער וויילן אין ראזען'ס באנגעלא, און שפעטער היינט צוטאגס האט ער אפגעקויפט אן אייגענעם שטח מיט עטליכע דירות דערויף נעבן דעם נייעם וויזשניצער שטעטל אין קייאמישע לייק, וואס ער גענוסט דארטן פון ביידע סיי וואס עס איז די בערג פרישע לופט און אלע צוגעהערן, און פון די צווייטע זייט איז דאס הארט נעבן א הערליכן חרדי'שן יישוב וואס ברענגט אז אלע צוגעהערן וואס קען זיך אויספעלן זאל ער האבן נאנט צו דער האנט.

היינט צוטאג'ס איז ער שוין פון די איינציגע רבנים וואס זענען נאך פונעם אלטן דור, און ממילא חוץ וואס ער האט אליינס א גרויסן ציבור וואס אנגעהערן צו אים, קומען צו אים אויך פון אנדערע שיכטן און קרייזן פון אלע ווינקלען פונעם כלל ישראל צו האבן די זכי' צו זען א איד נאך פון פארגאנגענעם דור וואס האט זיך מוסר נפש געווען הינטער דעם אייזערנעם פארהאנג צו היטן תורה אין אידישקייט און ערציען יתומים מיט יתומות אויפן ערליכן וועג.