ישורון

פֿון װיקיפּעדיע

ישורון איז א תורה'דיגע זאמלונג פון ארטיקלען אויף פארשיידענע טעמעס אין הלכה.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בדרך כלל, קומען ארויס צוויי אויסגאבעס א יאר. דער ערשטער באנד איז ערשינען תשרי ה'תשנ"ז, באנד כ' איז ארויסגעקומען ניסן ה'תשס"ח. יעדער באנד האט אומגעפער טויזנט בלעטער, מיט די פאלגנדע אפטיילן:

  • אור הגנוז - תורה פון קדמונים, וואס מען דרוקט צום ערשטן מאל אלטע כתבי ידות
  • שפתי ישנים - תורה פון די גדולים פון די פריערדיקע דורות
  • מבי מדרשא - חדושים פון די היינטיגע גדולים און תלמידי חכמים
  • שערי הלכה - הלכה'דיקע אויפקלערונגען אין אקטועלע שאלות
  • הקולמוס והספר - פארשונג פון ספרים און ביבליאגראפישע ארטיקלען

אין די שפעטערדיקע בענדער זענען דא ספעציעלע אפטיילן צום אנדענק פון גדולים פונעם לעצטן דור, צווישן זיי די רבנים: מאיר שפירא פון לובלין, דוב בעריש וויידנפעלד פון טשעבין, אלעזר מנחם מן שך, שלמה זלמן אויערבאך, יאשע בער סאלאווייטשיק פון ירושלים, יחיאל מיכל פיינשטיין, זעליג ראובן בענגיס, יוסף אליהו הענקין און נאך. בענדער ד' - ו' זענען אוועקגעשטעלט פאר תורה פונעם ווילנער גאון.