יצחק שדה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
יצחק שדה

יצחק שדה, א ציוניסט, סאציאליסט, א הויכראנגיקער קאמאנדיר אין צה"ל, און דער גרינדער און אנפירער פונעם פלמ"ח, און א גענעראל אין די הגנה.

געבוירן אין לובלין, 19טן אוגוסט 1890, מיטן נאמען יצחק לאנדובערג. זיין זיידע איז געווען פון די חשובע רבנים אין שטאט. ביים ערשטע וועלט מלחמה, האט ער געדינט אינעם רוסישן ארמיי, ווי ער האט באקומען אויסצייכענונגען, ער איז געווארן א קאמאנדיר פון א קאמפאניע.

נאכן זיך טרעפן מיט יוסף טרומפעלדאר, האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל, אין יאר 1920. ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם ארבעטערס באטאליאן, וואס האט זיך אויפגעלעזט עטליכע יאר שפעטער, נאך אידיאלאגישע אמפערייען. ער האט זיך אנגעשלאסן אין די הגנה, אין יאר 1921 האט ער אנגעפירט די אפיצירן קורס, ער איז געווען א מענטש מיט אסאך פיזישע כח, און א ספארטלער, ער איז געווען פון די גרינדער פון די "הפועל" ספארט גרופע.

אין 1936, ביי די מאורעות תרצ"ו-תרצ"ט, האט ער אויפגעשטעלט לאקאלע זיכערהייט גרופעס, אין ירושלים, און אין אנדערע פלעצער. ספעציעל איז באוויסט די פעלד איינהייטן, וואס ער האט אויפגעשטעלט, וואס פלעגט אטאקירן די טעראריסטן, נאך איידער זיי זענען אנגעקומען, צו יידישע געגנטער.

אין 1941, אין שאטן פון די צווייטע וועלט מלחמה, איז אויפגעשטעלט געווארן אין פאלעסטינע, די פלמ"ח אונטער זיין פירערשאפט. יגאל אלון, און משה דיין, זענען זיינע צוויי באוויסטע קאמאנדירן וואס ער האט אויפגעצויגן. ער האט אויפגעברענגט די מצדה אויפן כרמל פלאן, אויב די נאציס, וועט געלונגען איינצונעמען פאלעסטינע. אין 1945, איז ער געווארן שעף פון גענעראל שטאב, פון די הגנה, און האט אנגעפירט מיט די העברעישע ווידערשטאנד באוועגונג. מיט די אצ"ל, און די לח"י. סוף יאר 1946, איז ער אויפגעזאגט געווארן פון זיין פאסטן.

אנהייב פונעם מלחמת השחרור, איז ער גערופן געווארן צו היטן קיבוץ משמר העמק, וואס געפונט זיך אויפן וועג קיין חיפה, וואס דער קאוקדזשי ארמיי האט אטאקירט, אין א קלוגע מאנעווער האט זיי אטאקירט פון די זייט, און זיי האבן געמאכט פליטה. דערנאך איז ער גערופן געווארן אין אנדערע פלעצער צו באשיצן פון אראבישע אנפאלן. ווען צה"ל איז געגרינדעט געווארן האט ער באקומען די ראנג פון "אלוף" מאיאר גענעראל. ער האט געהאלפן גרינדן די אכטע בריגאדע, וואס איז געווען די ערשטע געפאנצערטע בריגאדע פון ישראל ארמיי.

שפעטער אין יאר 1948, איז ער אריבער צום דרום פראנט, ווי יגאל אלון איז געווארן דער קאמאנדיר פון זיין אלטע קאמאנדיר, און ער האט באוויזן איינצונעמען די פאליציי סטאנציע, "איראק סווידאן" וואס האט זיך געפונען אינעם געגנט פון היינטיקן קרית גת, נאך זיבן דורכפעלער עס איינצונעמען.

סוף פונעם קריג, איז ער ארויס פונעם ארמיי, זייענדיק א מפ"ם אנהענגער, האט ער געהאט זיינע פראבלעמען מיט בן גוריון. ער איז דער ערפינדער פונעם מיליטערישער גלייכקייט, ווי וואפן ערליכקייט, א באוויסטע ווארט פון אים "האב ליב דעם ביקס, און האב פיינט מלחמה", וואס באגלייט צה"ל ביז היינט.

אויך איז ער געווען א ליטעראנט, ער האט געשריבן אסאך, נאכן קריג האט ער זיך באזעצט אין יפו, און דארט האט ער געשריבן ביז זיין טויט. יצחק איז געשטארבן דעם 20סטן אוגוסט 1952.