יצחק פוקס

פֿון װיקיפּעדיע

יצחק פוקס (געב' ה'תשי"ד) איז א זינגער פון א"י וואס איז באקאנט מיט זיין אייגנארטיגער קומזיץ סטיל אין נגינה.

ער איז בעיקר געווארן פאפולער ווען ליפא שמעלצער האט אויפגעכאפט זיין בארימטן ניגון אויף "הללו קל בקדשו". אויך זיין ניגון לה' הארץ ומלואה איז גאר פאפולער.

ער גייט מיט די פולע חסידישע טראגע, א לאנגע בארד און שיינע צופלויגענע פיאות. אזוי אז ווען ער זיצט און שפילט אויף זיין גיטאר פארמאגט עס א באזונדערן חן.

ער קומט אסאך קיין ניו יארק

ער האט אצינד ארויסגעגעבן א פרישן אלבאם מיטן נאמען "ממעמקים".‏[1]

ער איז געווארן א בראסלעווער חסיד און וואוינט היינט אין מאה שערים, ירושלים.

דיסקאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • באנו ביחד (ה'תשמ"ה)
  • מלך (ה'תשמ"ז)
  • בעת ההוא (ה'תשס"ג)
  • שירין ורחשין (ה'תשס"ז)

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]