יצחק טוביה ווייס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הרב טוביה ווייס

הרב יצחק טוביה ווייס (געבוירן תרפ"ו) איז דער גאב"ד פון די עדה החרדית אין ירושלים.

ער איז געוועזן יארן לאנג אין בית דין פון די ארטאדאקסישע קהילה מחזיקי הדת אין אנטווערפן. סוף האט מען אים גענומען קיין ירושלים נאכדעם וואס די ארונים מיט תולדות אברהם יצחק האבן געקעמפט קעגן רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן, און צוזאמען מיט דושינסקי דעפוטאטן וואס זענען משפחה מיט רבי טוביה איז ער געווען דער אלטערנאטיווער קאנדידאט וואס האט געוואונען די אפשטימונג אין עדה החרדית הנהלה צו קרוינען פאר ירושלים רב.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט פעיזינג, סלאוואקיע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה צו זיינע עלטערן ריקל און שלמה.

ער איז געקומען קיין לאנדאן פאר דער מלחמה און געווארן א תלמיד פון רבי משה שניידער אין זיין ישיבה תורת אמת אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט די ברידער רבי משה און רבי אליהו שטערנבוך (היינט ראב"ד מחזיקי הדת, אנטווערפן). נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם גייטסהעדער כולל ביי רבי אליהו דעסלער; ווען רבי דעסלער איז אריבער צו פאנאוועזש, איז רבי ווייס געווארן ראש כולל אין זיין ארט.

אין תשכ"ז איז ער געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת עץ חיים ווילרייק אסאך יארן, און געווארן רב אין גערער שטיבל אין אנטווערפן. שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין פון דער דארטיגער מחזיקי הדת קהילה אונטערן רבנות פון הרב חיים קרייסווירטה. ער איז נישט געווארן אנטווערפענער רב נאר ארויף קיין ירושלים.

דער רב איז באהאוונט אין זיבן שפראכן: יידיש, ענגליש, לשון הקודש און העברעאיש, דייטש, פלעמיש, אונגאריש און טשעכיש.