יאר

פֿון װיקיפּעדיע

(אַריבערגעפֿירט פון יערליך)
שפרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן


א יאר איז א תקופה-צייט וואס די ערד פלאנעט רינגלט ארום דער זון וואס איז אומגעפער 365 טעג. אזוי ווי ס'איז נישט א גענויע צאל מוז מען משלים זיין דאס יאר מיט נאך א טאג, כמעט יעדע פערדע יאר.

דער יידישע קאלענדאר איז באזירט אויף חדשים פון דער לבנה. א פשוט יאר האט 353 אדער 354 אדער 355 טעג, וואס איז נישט גענוג לויטן זון-יאר. דעריבער איז יעדע צוויטע אדער דריטע יאר אן עיבור יאר, דאס הייסט מען איז מוסיף א גאנצן חודש (אדר שני).