יעקב עסטרייכער

פֿון װיקיפּעדיע
יעקב עסטרייכער
געבורט 7 פעברואר 1959 (אלט 65)
ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך איניציאטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
יעקב עסטרייכער

יעקב עסטרייכער (געב' תשי"ט) איז אן אמעריקאנער יוד, אן אנטרעפענוער פון ברוקלין, ניו יארק, וועלכער איז געווען איינגעשפּארט פאר אכצן חדשים אין א תפיסה אין סאנטע קרוז, באליוויע, אן דעם וואס ער זאל ווערן פארמאל אנגעקלאגט אויף סיי וועלכן פארברעכן.

עס איז אונטערגענומען געווארן א קאמפיין אים ארויסצונעמען פון דארט און אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל שתדל'ען פאר זיין באפרייאונג.

גרויסע נייעס סטאנציעס זענען געווען ביי אים און געברענגט שוידערליכע באריכטן פונעם געזעצלאזן פאמעסאלע תפיסה וואו ער האט זיך געפונען, וואו די ארעסטאנטן זענען די פאקטישע בעלי בתים און ער האט געמוזט אליין קויפן א צעל און האט מורא ארויסצוגיין ביינאכט פאר זיין לעבן.

עס איז געווען א פראטעסט אין מאנהעטן פארנט פון דער באליוויער אמבאסאדע.

30,000 מענטשן האבן אונטערגעשריבן א פעטיציע צום ווייסן הויז דורך עלעקטראנישע חתימות, און נאך טאפעלט מער ביי האנט אונטערשריפטן.‏[1]

עטליכע באקאנטע פיגורן האבן גערעדט אויף קליפס, מזרז זייענדיג דעם עולם צו אונטערשרייבן און העלפן צו זיין באפרייאונג.

מען האט באשטימט א פרישן פארהער פארן 11טן יוני 2012.‏[2][3]

נאכדעם וואס א באקאנטער אקטיאר, שאן פען, האט באזוכט ביי אים אין טורמע האבן זאכן זיך אנגעהויבן טוישן פאר זיין טובה. בדרך לא דרך איז ער ארויסגעקומען פון באליוויע צוריק צו די פאראייניגטע שטאטן.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]