יעקב האגער

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יעקב האגער זצ"ל (ה'תקע"ג - ט"ז שבט ה'תרמ"א), פון זאבלאטאוו.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקלי איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ג, צו זיין פאטער הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפיל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תר"ח איז רבי יעקלי געווארן דער ממלא מקום פון פאטער אין זאבלאטאוו.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקלי איז נפטר געווארן ט"ז שבט ה'תרמ"א [1].

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקלי האט געהייראט בזיווג ראשון מרת הינדא א טאכטער פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין פון ראזלא. בזיווג שני האט רבי יעקלי געהייראט מרת פריידא קיילא א טאכטער פון הרב ישעיה שור פון יאסי. זיינע קינדער:

  • מרת שיינדיל, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב יהודה ישראל האפמאן פון סיגעט. בזיווג שני די ווייב פון הרב שאול הורוויץ רב אין טיסמעניץ
  • מרת אסתר, די ווייב פון הרב יהושע פרענקל, פון ריישא.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • עטרת יעקב וישראל

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • "אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר"
  1. "אדער י"ז תמוז א.ל.ג."