יעקב גארדין

פֿון װיקיפּעדיע
יעקב גארדין
געבורט 1 מאי 1853
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 יוני 1909 (אלט 56)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דראמאטורג, שרייבער, זשורנאליסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
יעקב גארדין

יעקב מיכאַילאָװיטש גאָרדין (1טן מיי 1853 - 11טן יוני 1909 ) איז געװען א ײדישער־אמעריקאנער דראמאטורג, געבוירן אין רוסלאנד.

ער איז בעיקר באַרימט געװאָרן דורך זײנע פּיעסעס, אָבער ער האָט אױך געשריבן אַ סך ביכער.

יונגע יאָרן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט מירגאָראָד, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אוקראַיִנע). אײדער ער איז אָנגעקומען קײן ניו־יאָרק, אַמעריקע ,אין 1891, האָט ער געאַרבעט װי אַ פּױער, אַ זשורנאַליסט, אַ מאַטראָס און נאָך װי אַן אַקטיאָר.

װערק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האָט געשריבן כּמעט 70 פּיעסעס. זײן ערשטע װערק, װאָס האָט זיך געהײסט סיביר, איז דערשינען אין יאָר 1891. זײן ערשטע גרױסע הצלחה איז אָבער געװען דער ײִדישער קעניג ליר, לױט שעקספּיר, װעלכע איז דערשינען אין 1893.

לױט דער קעמברידזש היסטאָריע פֿון ענגלישער און אַמעריקאַנישער ליטעראַטור, די גרעסטע פֿון זײנע פּיעסעס זענען מירעלע אפֿרת (1898), גאָט, מענטש און טײװל (1900) און דער אומבאַקאַנטער (1905).