יידישע דיאלעקטן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די יידישע שפּראַך איז געווען פּאָפּולער צווישן די יידן אין אַ סך לענדער אין אייראָפּע, און דערפאַר האָבן זיך אַנטוויקלט אַ ריי מינים יידישע דיאַלעקטן, אַריינגערעכנט די היינט־צייטיקע פּוילישער, אוקראַאינישער און ליטווישער דיאַלעקטן. עס האָט זיך אַנטוויקלט און שפּעטער באַקומט אַ גרויסע שטיצע פון יידישע לינגוויסטן און לערער אַ כלל שפּראַך, וואס אבער דער המון עם האט קיינמאל נישט אנגענומען.

קלאַסיפיקאַציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די צוויי הויפּט־צווייגן יידישע דיאַלעקטן זיינען מזרח און מערב יידיש[1][2][3][4][5][6]. אינעם מזרח יידיש זעט מען צוויי קלאָרע גרופּעס דיאַלעקטן: אַ דרומדיקע (אַ מאָל גערופן "u־דיאַלעקט") און אַ צפונדיקע ("o־דיאַלעקט")[7][4][5]. די ערשטע שליסט איין די צוויי מערסטן פאַשפּרייטע דיאַלעקטן: צענטראַל־מזרח יידיש ("פּויליש") און דרום־מזרח ("אוקראַיניש"). בשעת די צפונדיקע גרופּע ("ליטוויש") ווייזט אויך אַ ריי סובדיאַלעקטן[7][8][5][9].

מערב יידיש איז אַ ניט־האָמאָגענע גרופּע פון דיאַלעקטן, וואָס האָבן פון היסטאָרישן קוקווינקל באַקומען זייער ענלעכקייט שפּעטער[10][11]. מען האָט געהאַט אַ מעגלעכקייט צו אינטערוויואירן נאָר די לעצטע רעשטלעך רעדער, אָבער מיט דער הילף פון ליטעראַרישע מקורים זיינען די פּרטים פון אינעווייניקסטע סיסטעם מערבדיקע דיאַלעקטן אַנטדעקט געוואָרן. מערב יידיש טיילט מען אויף צוויי חלקים: אַ דרומדיקן און אַ צפונדיקן[1][5]. צו דער דרומדיקער טייל געהערן דרום־מערב יידיש, צום בעסטן באַוואוסט פון עלזאַס און דער שווייץ, און צענטראַל־מערב יידיש. דער צפונדיקער חלק איז צפון־מערב יידיש, וואָס איז באַוואוסט פון נידערלאַנדן און נידערדייטשלאַנד[4][12][5].

די דאָזיקע שלאַנקע שיטה ווערט אָבער קאָמפּליצירט מיט באַשריבענע צווישן־ און מיש־דיאַלעקטן[7][5][13]. חוץ דעם, דרום־מזחר יידיש אַליין באַווייזט עטלעכע היבריד־שטריכן צווישן צענטראַל־מזרח יידיש און צפון־מזרח יידיש[14].

מערקצייכנס אין יידישע דיאַלעקטאָלאָגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פאַרשיידנקייט פון די שפּראַך מינים באַרירט אַלערלייע לינגוויסטישע אַספּעקטן: לעקסיק, פאָנעטיק, מאָרפאָלאָגיע און סינטאַקסיס[7][4][15]. דער מערסטן קלאָרער אונטערשייד צווישן מזרח און מערב איז די קאָמפּאָזיציע פון שפּראַך־חלקים: אַ שטאַרקער סלאַווישער קאָמפּאָנענט אין מזרחדיקע דיאַלעקטן, וואָס כמעט פעלט אין מערבדיקע דיאַלעקטן, און די באַמערקלעכע פאַרגרעסערונג פון ווערטער, וואָס שטאַמען פון לעזישע שפּראַכן, אויף מערב. דער הויפּט־עיקר פאַר דער קלאַסיפיקאַציע פון דיאַלעקטן איז אָבער פאָנעטישע פיל־מיניקייט אין וואָקאַלן און צור טייל אויך קאָנסאָנאַנטן.

וואָקאַליזם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער וואָקאַליזם פון יידיש באַווייזט געזעצמעסיקע אַלטערנאַציעס אין אַלע דיאַלעקטן. דאָס הייסט אַז מען קען קעגנשטעלן די וואָקאַַלן אין באַטאָנטע טראַפן צווישן דיאַלעקטן, הגם די קאָנקרעטע רעאַליזאַציע פון אַ וואָקאַל וואַריאירט פון דיאַלעקט צום דיאַלעקט[1][2][5][16][6]. די אופנים צו דעפינירן די דאָזיקע דיאַפאָנעמען קענען זיין דיאַכראָנישע (באַזירנדיק אויף פאָרשטעלונגען וועגן קדמון־וואָקאַליזם) אָדער סינכראָנישע (באַזירנדיק אויף וואַריאַביליטעט, וואָס מען זעט אין די דיאַלעקטן). די ערשטע זיינען אָפּהענגיק פון אַ היסטאָרישער רעקאָנסטרוקציע און בכן היינט ניצט מען די סינכראָנישע סיסטעם און נאָר דאַן מאַכט אַ רעקאָנסטרוקציע פונעם פריערדיקן וואָקאַליזם. ס׳איז צוויי נוסחאות וויאַזוי צו באַצייכענען די וואָקאַלישע דיאַפאָנעמען. מאַקס וויינרייך, וואָס האָט פּרובירט צו אַנטוויקלען אַ דיאַכראָנישע סיסטעם, האָט דעפינירט צוויי עיקרים צו טיילן די וואָקאַלן: לערכדיקע קדמון־רעאַליזאַציע (A, E, I, O, U אין זיין סיסטעם) און היסטאָרישע באַזונדערקייטן[6]:

  • 1: וואָקאַלן וואָס זיינען געווען און געבליבן קורץ;
  • 2: וואָקאַלן וואָס זיינען געווען און געבליבן לאַנג (אין דיאַלעקטן מיט לענג דיפערענצירונג);
  • 3: לכתחילה קורצע וואָקאַלן, וואָס זיינען פאַרלענגערט געוואָרן;
  • 4: היסטאָרישע דיפטאָנגען;
  • 5: ספּעציעלע גרופּע.

לויט דער וויינרייכס סיסטעם שרייבט מען, למשל, אַז "A1"־וואָקאַל רעאַליזירט זיך ווי a אין אַלע יידישע דיאַלעקטן אויסן דרום־מזרח יידיש.

די אַנדער סיסטעם באַצייכענונגען (פאָרגעשלאָגן דורך מיכל הערצאָגן) איז בכלל מסכים מיט דער ערשטער, אָבער די וואָקאַל איכותן ווערן באַצייכנט דורך נומערן: A = 1, E = 2, I = 3, O = 4, U = 5. די קאָנקרעטע דיאַפאָנעם רעאַליזאַציע שרייבט מען אין קליינע אותיות מיט די צוויי נומערן אין סובסקריפּט: לדוגמא, a11 אין אַלע דיאַלעקטן, אויסן דרום־מזרחדיקן, וואו דער וואָקאַל איז ɔ11[4][5].

דער כמות דיאַפאָנעמען אין דער סינכראָנישער סכעמע איז קלענער איידער אין וויינרייכס שיטה, היות עטלעכע דיאַפאָנעמען פעלן אין דיאַלעקטן (די, וואָס זיינען אַ פּנים צונויפגעגאָסן מיט אַנדערע דיאַפאָנעמען אין פּרע־ אָדער קדמון־יידישע תקופות)[5].

די רעאַליזאַציעס פון דיאַפאָנעמען אין יידישע דיאַלעקטן זיינען אַזוינע[7][8][4][5][12]:

וואָקאַל באַצייכענונגען מערב יידיש מזרח יידיש דוגמאות פון די צוויי הויפּט־חלקים
הערצאָגס וויינרייכס דרום־ צענטראַל־ צפון־ צענטראַל־ דרום־ סתם ליטוויש קורלענדער כלל יידיש* בינע־אויסשפּראַך* סעמיטישער דייטשישער
11 A1 a a a a ɔ a a a a חזיר, ים, כלה אַלט, גאַסט, זאַלץ
21 E1 ɛ ɛ ɛ ɛ ɛ ɛ ɛ ɛ ɛ אמת, אפשר, גט געלט, העלפן, נעמען
31 I1 i i i/ɛ i ɨ/i i i i ɨ טיפּש, כישוף, מידבר דין, זילבער, פיש
41 O1 ɔ ɔ ɔ ɔ ɔ ɔ ɔ ɔ ɔ חגא, חכמה, יום־טוב וואָך, וואָלף, אָקס
51 U1 u u o i ɨ/i u u u ɨ חוצפּה, שותפות, שטות הונט, פרום, קומען
12 A2 oː/ɔu oː/uː uː/u u ɔ ɔ u סכנה, פּנים, פּרנסה בלאָזן, יאָר, נאָדל
22 E2 ɛj ɛj aj ej ej ej ej ej חלק, ספר, שדים אייביק, אייזל, ווייטיק
32 I2 i i i i בקיאות, מיאוס, נביאים בריוו, גיסן, זיס
42 O2 ɔu ɔu ɔj ɔj ej øj ɔj ɔj סוחר, שוטה, שׂונא ברויט, גרויס, וווינען
52 U2 uː/y/yː i u u i בושה, נבואה, רפואה בוך, ברודער, שול
13 A3 u ɔ ɔ u קיין באָרד, באָרוועס, פאָרן
24 E4 aj ej ej ej ej ej קיין איינס, גלייבן, פלייש
34 I4 aj əj ɛj a aj aj aj aj דאגה, מאכל, מעשה בייטן, פיין, צייטן
44 O4 ɔj ɔj ej øj ɔj ɔj קיין בוים, דערלויבט, קויפן
54 U4 ɔu əu ɔu oː/ou u ɔj au ɔj ɔj קיין בויך, בויען, פויל
25 E5 eː/ɛj eː/iː ej ej/ɨ/i ɛ ɛ ej טבע, פּלא, רגע זען, מער, קעז

"*" קולטיווירטע שפּראַכן

ליטווישער דיאלעקט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – ליטווישער יידיש


  • אָ רעדן די ליטוואַקעס אַרויס o; אַזוי איז אויך באַשטימט אין דער כלל שפּראַך.
  • xוי רעדן זיי אַרויס ey אָדער oy; למשל "ברויט" רעדן זיי אַרויס breyt אנדערש ווי דער כלל שפּראַך האָט באַשטימט: xוֹי און ניט איי (broyt). זיי דארפן זיך לערנען צו אָפּטיילן בעיקר צווישן אַזעלכע ווערטער וואָס האָבן אַן אַנדער משמעות, ווי למשל: טויג קעגן טייג, וואוינט קעגן וויינט אד"גל )
  • וּ רעדן זיי אַרויס u; אַזוי איז אויך באַשטימט אין דער כלל שפּראַך.
  • זיי ניצן שטענדיק דעם פרעפיקס "צו", למשל "צורייסן" אַנדערש ווי דער כלל שפּראַך האָט באַשטימט "צערייסן".
  • אָנשטאָט "דיך" און "מיך" זאָגן זיי "דיר" און "מיר"
  • נישטאָ קיין לשון־סתם — אַלע סובסטאַנטיוון זיינען אָדער מענלעך אָדער ווייבלעך

פּוילישער דיאַלעקט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אַחוץ די קורצע וואָקאַלן זענען דאָ אויך לאַנגע וואָקאַלן. למשל מיין רעדן זיי אַרויס מאַאַן מיט אַ לאַנגן פּתח.

די כלל שפּראַך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – כלל שפראך


זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. 1.0 1.1 1.2 Baumgarten J (2002) Les recherches sur la dialectologie yiddish et leurs répercussions sur le champ linguistique. Revue Germanique Internationale 17: 65–79
  2. 2.0 2.1 Beider A (2010) Yiddish proto-vowels and German dialects. Journal of Germanic Linguistics 22: 23–92
  3. Bin-Nun J (1973) Jiddisch und die deutschen Mundarten. Niemeyer, Tübingen, xii+402 S
  4. 4.0 4.1 4.2 4.3 4.4 4.5 Jacobs NG (2005) Yiddish: a Linguistic Introduction. Cambridge University Press, xx+327 pp
  5. 5.0 5.1 5.2 5.3 5.4 5.5 5.6 5.7 5.8 5.9 Katz D (1983) Zur Dialektologie des Jiddischen. In: W Besch et al (eds) Dialektologie. Ein Handbuch zur deutschen und allgemeinen Dialektforschung: 1018–1041
  6. 6.0 6.1 6.2 וויינרייך מ (1973) געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך: באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן. ייוואָ, ניו יאָרק, אין 4 בענדער. (ציטירט פון Weinreich M (2008) History of the Yiddish Language, Yale University Press)
  7. 7.0 7.1 7.2 7.3 7.4 Birnbaum SA (1979) Yiddish: a Survey and a Grammar. University of Toronto Press, 400 pp
  8. 8.0 8.1 Jacobs N (1994) Structure, standardization and diglossia: the case of Courland Yiddish. In: DCG Lorenz and G Weinberger (eds) Insiders and Outsiders: Jewish and Gentile Culture in Germany and Austria: 89–99
  9. וויינרייך מ (1923) שטאַפּלען. פיר עטיודן צו דער יידישער שפּראַכוויסנשאַפט און ליטעראַטורגעשיכטע. פאַרלאַג "וואָסטאָק", בערלין, 260 זז׳
  10. Beider A (2014) Unity of the German component of Yiddish: myth or reality? International Journal of the Sociology of Language 226: 101–136
  11. Manaster-Ramer A (1997) The polygenesis of Western Yiddish — and the monogenesis of Yiddish. In: Hegedus I, Michalove PA, Manaster Ramer A (eds) Indo-European, Nostratic, and Beyond; Festschrift for Vitalij V. Shevoroshkin: 206–232
  12. 12.0 12.1 קאַץ ד (1979) די אינעווייניקסטע קלאסיפיקאציע פון די מערב יידישע דיאלעקטן. 53סטע יערלעכע ייוואָ קאָנפערענץ, 10-13 נאָוועמבער 1979
  13. Katz D (1988) Origins of Yiddish dialectology. Language & Communication 8: 39–55
  14. Glasser P (2008) Regional variation in Southeastern Yiddish. Historical inferences. In: Herzog M, Kiefer U, Neumann R, Putschke W, Sunshine A (eds) EYDES (Evidence of Yiddish Documented in European Societies): 71–82
  15. King RD (1998) On the uses of Yiddish language geography. Shofar 17: 81–89
  16. קאַץ הד (1991) דער סעמיטישער חלק אין יידיש : אַ ירושה פון קדמונים. אָקספאָרדער יידיש 2: 17–95