יחזקאל

פֿון װיקיפּעדיע
א בילד פון מיקעלאנדזשעלא וואס מאלט אויס יחזקאל הנביא

יחזקאל בן בוזי הכהן איז געווען א נביא השם אין די צייטן פון בית ראשון און אויך נאכן חורבן הבית.

זיין לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יחזקאל איז געווען א זון פון "בוזי הכהן", און עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז ירמיה הנביא[1].

ער געגאנגען אין גלות קיין בבל צוזאמען מיטן גלות יהויכין נאך פארן חורבן בית המקדש, און דארט האט ער געזאגט די מערהייט פון זיינע נבואות.

לויט די טראדיציע געפינט זיך די קבר פון יחזקאל הנביא אין א דערפל אין היינטיגן איראק.

זיינע נבואות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט נבואה געזאגט איבער דעם בית המקדש השלישי וואס וועט ווידער אויפגעבויט ווערן אין ירושלים, און אז אין צוקונפט וועט פאראייניגט ווערן מלכות יהודה מיט מלכות ישראל.

אין מסכת סנהדרין איז דא א מחלוקת ווי אזוי צו לערנען די פסוקים, אויב די עשרת השבטים וועלן זיך אמאל אומקערן און זיך פאראייניגן מיט די אנדערע שבטים. פארט אבער איז אנגענומען ביי אידן אז ווען די נבואה פון יחזקאל וועט מקוים ווערן, וועלן אלע אידן, אויך פון די עשרת השבטים, זיך אומקערן קיין ירושלים און גאט וועט זיי בויען דעם דריטן בית המקדש.

תחיית המתים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יחזקאל הנביא האט אויפגעשאקלט די וועלט ווען ער האט באוויזן תחיית המתים און צוריקגעברענגט פילע טויטע צום לעבן אויפן באפעל פון גאט, ווי עס שטייט אין ספר יחזקאל[2]:

”הָיְתָה עָלַי, יַד-יְהוָה, וַיּוֹצִאֵנִי בְרוּחַ יְהוָה, וַיְנִיחֵנִי בְּתוֹךְ הַבִּקְעָה; וְהִיא, מְלֵאָה עֲצָמוֹת. וְהֶעֱבִירַנִי עֲלֵיהֶם, סָבִיב סָבִיב; וְהִנֵּה רַבּוֹת מְאֹד עַל-פְּנֵי הַבִּקְעָה, וְהִנֵּה יְבֵשׁוֹת מְאֹד. וַיֹּאמֶר אֵלַי--בֶּן-אָדָם, הֲתִחְיֶינָה הָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה; וָאֹמַר, אֲדֹנָי יְהוִה אַתָּה יָדָעְתָּ. וַיֹּאמֶר אֵלַי, הִנָּבֵא עַל-הָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה; וְאָמַרְתָּ אֲלֵיהֶם--הָעֲצָמוֹת הַיְבֵשׁוֹת, שִׁמְעוּ דְּבַר-יְהוָה. כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יְהוִה, לָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה: הִנֵּה אֲנִי מֵבִיא בָכֶם, רוּחַ--וִחְיִיתֶם. וְנָתַתִּי עֲלֵיכֶם גִּידִים וְהַעֲלֵתִי עֲלֵיכֶם בָּשָׂר, וְקָרַמְתִּי עֲלֵיכֶם עוֹר, וְנָתַתִּי בָכֶם רוּחַ, וִחְיִיתֶם; וִידַעְתֶּם, כִּי-אֲנִי יְהוָה. וְנִבֵּאתִי, כַּאֲשֶׁר צֻוֵּיתִי; וַיְהִי-קוֹל כְּהִנָּבְאִי, וְהִנֵּה-רַעַשׁ, וַתִּקְרְבוּ עֲצָמוֹת, עֶצֶם אֶל-עַצְמוֹ.”

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. פירוש הרד"ק, ספר יחזקאל, פרק א, פסוק ג
  2. ספר יחזקאל, פרק לז