יוסף שמידט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

יוסף שמידט (י"ז אדר ה'תרס"ד - כ"ו חשוון ה'תש"ג) איז געווען א חזן און אן אפערע זינגער.


יוסף שמידט איז געבוירן אין יאר תרס"ד אין דאווידעני, בוקאווינא, צו זיין פאטער ר' וואלף, א פארמער.

ער האט צוערשט געדינט אלס חזן אין טשערנאוויץ, אבער דערנאך האט ער געדארפט איינרוקן אינעם רומענישן מיליטער.

ער האט געהאט א פראבלעם צו טרעפן א געהעריגן חזנות פאסטן, צוליב זיין גאר נידעריגן וואוקס. דעריבער פלעגט ער ארומפארן האלטן קאנצערטן, און דערביי באצויבערן דעם עולם מיט זיין גרויסער שטימע.

אין תרפ"ט האט ער געהאלטן קאנצערטן אין אמסטערדאם און אאנטווערפן, און ער האט אויפגענומען דעם אמט פון חזן אין דער עדת ישראל שול אין בערלין.

אין תרצ"ד האט ער באזוכט אין ארץ ישראל, און אין תרצ"ה האט ער באזוכט אין פוילן.

פאר דעם קריג האט ער געוואלט פארן אין אמעריקע, אבער ער הא פארפאסט די לעצטע שיף. ענדליך אין יאר תש"ג האט ער באוויזן אריבערצוגיין די גרעניץ אין דער שווייץ, אבער צו זיין שלעכט מזל האט מען אים צוריק דערפארטירט קיין פראנקרייך.

א חודש דערנאך האט ער ווידער געשווערצט די גרעניץ, און אריין אין א פליטים לאגער. אבער דארט האט ער באקומען א לונגען אנטצינדונג און געשטארבן אין ז' כסליו תש"ג אין יונגען עלטער פון אכט און דרייסיג יאר. ער ליגט אין דעם פריזנבערג בית עולם אין ציריך.

דער חזן משה שטערן האט אסאך נאכגעזינגען פון זיינע שטיקלעך.

רעפערענץ [באַאַרבעטן]