יוסף דוב סאלאווייטשיק (ירושלים)

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם ראש ישיבה אין ירושלים. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (באדייטן).
יוסף דוב סאלאווייטשיק
געבורט 1915
תמוז ה'תרע"ו
בריסק, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1981 (אלט 66 בערך)
ב' אדר ה'תש"ם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב יוסף דוב הלוי סולובייצ'יק (ירושלים) מיט הרב משה שמואל שפירא

הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (העברעאיש; סוֹלֹוְצִּ'יק, באקאנט ווי רבי יאשע בער; תמוז ה'תרע"ו - ב' אדר ה'תש"ם) איז געווען בריסקער ראש ישיבה אין ירושלים. ער איז געוואן א זון פון הרב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, בריסקער רב.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יאשע בערל איז געבוירן געווארן צו רב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק און זיין ווייב אלטע הענדל, אן אוראייניקל פון רבי מאיר אוירבאך. ער האט געלערנט ביי זיין פאטער. גלייך נאך זיין בר מצוה האט ער אנגעהויבן לערנען זיין זיידנס ספר חידושי הגר"ח על הרמב"ם ביז ער איז געווען בקי אינעם ספר בעל פה. שוין אין זיינע יונגערע יארן האט ער אנגעהויבן זאגן שיעורים אין בריסק און אין ווארשע.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין פאטער קיין ווארשע, און פון דארט קיין ארץ ישראל.

אזוי ווי זיין פאטער, האט ער געעפנט א קיבוץ אין זיין הויז וואו בחורים און יונגעלייט פון ארץ ישראל און חוץ לארץ האבן געלערנט.

ער איז געווען א שטארקער קעגנער פון ציוניזם.

אין תש"ם איז ער נפטר געווארן, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות. זיין זון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט איבערגענומען זיין קיבוץ. זיין ברודער רבי משולם דוד סאלאווייטשיק, וואס איז געווען א מגיד שיעור ביי רבי יאשע בערל, האט געעפנט זיין אייגענעם קיבוץ.

ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יאשע בערל האט נישט פארשריבן זיינע חידושים, אבער זיינע תלמידים האבן געדרוקט זיינע שיעורים אויף מסכת זבחים מיטן נאמען "חידושי הגרי"ד".

זיינע תלמידים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]