יוסף באב"ד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי יוסף באב"ד (כ"ד אלול ה'תקס"א - כ"ד אלול ה'תרל"ד), איז געווען א רב און פוסק אין גאליציע, און דער מחבר פונעם ספר "מנחת חינוך".

רבי יוסף איז געבוירן אין ה'תקס"א אין דער שטאט פשעווארסק, גאליציע צו זײַן פאטער ר' משה וואס איז געווען דער שטאט'ס רב. שוין יונגערהייט האט ער געוויזן שטארקע התמדה אין זײַן לערנען און זײַנע כשרונות. ווער איז געווען זײַן ערשטע ווײַב ווייס מען נישט; זײַן זיווג שני איז געווען די שוועסטער פון הר"ר חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב, מיט וועמען ער האט געלערט א לענגערע תקופה. נאך זײַן ווײַב'ס פטירה האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פֿון הר"ר דוד האגער פֿון זאבאלטוב.

ער איס געווען רב פון די שטעט הוסאקאוו, ברודשין, זבאריז, סניאטין און האראדענקע, און אין ה'תרי"ז (1857) האט מען אים ממנה געווען אב"ד אין טארנאפאל, וואו ער איז געבליבן אלס רב עד סוף ימיו.

רבי יוסף איז געווען זייער נאענט צו די גאליציאנער אדמורי"ם, און בעיקר צו זײַן שוואגער, רבי חיים פון צאנז, רבי נפתלי פון ראפשיץ, ורבי שמעון פון יעראסלאוו.

ער איז נפטר געווארן אום זײַן געבורטסטאג, כ"ד אלול ה'תרל"ד.

ער איז באקאנט פון זײַן חשוב'ן ספר "מנחת חינוך", א חיבור פון הלכה און חידושים אויפ'ן סדר פונעם "ספר החינוך". דער "מנחת חינוך" איז באוואוסט צויליב זײַן ספעציעלן סטיל, און איז איבערגעדרוקט געווארן אסאך מאל.