יוכבד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

יוכבד איז געווען די טאכטער פון יעקב אבינו'ס דריטער זון, לוי.

איר מאן איז געווען עמרם. זיי האבן געהאט דריי קינדער: מרים, אהרן און משה.

חז"ל זאגן אז יוכבד איז געבוירן ווען יעקב מיט זיינע זין זענען אריינגעקומען אין מצרים, קומט אויס אז זי איז געווען 130 יאר אלט ווען משה איז געבוירן.

די גמרא אין מסכת סוטה ברענגט אז יוכבד איז געווען שפרה, איינע פון די אקושערקעס דערמאנט אין פרשת שמות.

לויטן מסורת ליגט יוכבד אין טבריה.