יואל סירקיש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי יואל סירקיש ה'שכ"א - ה'ת' (1561 - 1640) אויך באוואוסט - אויף דער נאמען פון זיין באוואוסטע פארפאסונג אויפן טור: בית חדש - אלס דער ב"ח ( איז געווען א באוואוסטער און אנגענומענער גדול און פוסק, געוואוינט אין פוילן און געדינט אלס רב אין בעלזא, בריסק און קראקע.

זיין לעבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער איז געבוירן אין לובלין און געלערנט ביי זיין טאטען און ביי ליבושס פון לובלין (די רבי פון די של"ה), און ביי הרב הירש שור פון בריסק (וואס איז געווען א תלמוד מובהק פון די רמ"א), און ביי ר' פייבוש וואס איז געווען די ראש ישיבה און ראש בית דין אין קראקע. אין יאר 1615 איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש בית דין און ראש ישיבה אין בריסק און אין 1619 פאר די זעלבע פאסטן אין קראקע. ער איז געבליבן אין קראקע ביז ער איז נפטר געווארן אין כ' אדר שנת ת'. ער איז געווען א רייכע מענטש און האט געגעבן צו עסן פאר אסאך תלמידים. חוץ פון מעטאמאטיק האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון לערנען פרעמדע שפראכן און חכמות.

זיינע קינדער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט איבערגלאזט פיר קינדער.

זיינע זין:

  • הרב יהודה לייב וואס איז געווען דיין אין קראקע
  • הרב שמואל צבי הירש וואס איז געווען אב בית דין אין פינטשוב

זיינע איידעמעס:

  • הרב דוד הלוי סג"ל (דער ט"ז)
  • הרב יהודה זעלקי מזייא אשכנזי, א דיין אין קראקע.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

בית חדש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיין מערסטע באוואוסטע ספר איז די בית חדש אדער ווי מען רופט דאס די ב"ח, דאס איז א חיבור וואס ער האט געשריבן א פירוש אויף די פיר טיילן פון טור. דאס איז געווענליך געדריקט אין די זייט פון די טור קעגן איבער די פירוש פון די בית יוסף. בעיקר איז ער מפרש די טור, אבער עס איז אויך דא ווי ער רעדט פון די בית יוסף, געווענליך איז ער נאר עוסק אין הלכה און הגהות.

הגהות הב"ח[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז א פארפאסונג וואס ער האט געשריבן אויף תלמוד בבלי און איז בעיקר עוסק מיט פאררעכטן טעותים אין ש"ס פון עלטערע און בעסערע מקורות. אויך טוט ער אמאל מפרש זיין געוויסע ווערטער.

ער האט אויך פארפאסט הגהות אויף די רא"ש און די רי"ף.

אנדערע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט אויך פארפאסט:

  • שו"ת הב"ח צוויי טיילן:
    • שו"ת הב"ח הישנות - אויף הלכות תערובות און ממונות
    • שו"ת הב"ח החדשות - וואס האנדעלט אין פארשידענע ענינים.
  • משיב דבר - א פירוש אויף מגילת רות.

זיין דרך הלימוד פאר קינדער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט געהאלטן אז מען זאל לערנען מיט קינדער נ"ך פאר מען לערנט מיט זיי גמרא, אנדערש ווי רש"י וואס האלט אז מען זאל גלייך נאך תורה לערנען גמרא מיט דיד קינדער. ער האט נישט ערלויבט א קינד צו לערנען גמרא נאר נאכדעם וואס ער איז אדורך א פערהער דורך 3 מענטשן אז ער קען לערנען גמרא.